זייט ווען זענען מיר געווארן חסידים פון עיון?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

זייט ווען זענען מיר געווארן חסידים פון עיון?

שליחה דורך העניך »

דער עולם נעמט אויף מיט אייפער הגאון הגדול רבי שאול אלטער שליט"א, וואס צום ערשטן מאל אין היסטאריע איז דער העדליין אין דער איד און דער בלאט אקוראט: דער עולם איז עלעקטריזירט מיט דער פערזענליכקייט פון דעם גאון אדיר, פה מפיק מרגליות, און בעל מידות תרומיות.

איינער פון די "מעלות" פון רבי שאול וואס דער עולם זינגט נאך מיט'ן גאנצן געשמאק איז אז ער פארקויפט "עיון", אין דער צייט וואס גור-נדל"ן, אדער וויאזוי דו ווילסט עס רופן, האט אויסגעריסן עיון התורה.

אוודאי איז רבי שאול א גאון אדיר וואס האט נישט נאר אן אומגעהויערער בקיאות התורה, נאר אויך עיון התורה און יעדן ווינקל פון תורתינו הק', און אוודאי האט גור אויסגעריסן עיון וועגן דער רבי האט געוואלט טשעפען מיט רבי שאול -- ווי שיין באשריבן אינעם וועקער. אבער זייט ווען זענען מיר געווארן אזעלכע חסידים פון עיון? אויף ווי ווייט איך ווייס פארשטייט יעדער מיט אביסל שכל אין קאפ אז דער מצב פון עיון אין ישיבות איז א חורבן נורא פאר 99 פראצענט בחורים, און די איינציגסטע זאך פאר וואס אונזערע מחנכים קעירן איז אז זייער ישיבה הייסט א "גוטע ישיבה" ווייל מ'האט געלערנט ווייניגער בלעטער ווי אין א צווייטער ישיבה.

אוודאי דארף מען האבן א שמעק פון עיון אין די ישיבות; א בחור דארף קענען אריינקריכן טיף, און עכ"פ וויסן וויאזוי עס צו טון. און חוץ מזה זענען פאראן בחורים וואס האבן א געשמאק אין עיון, און זיי דארפן האבן די טשויס צו קוועטשן. אבער אוועקגעבן דערפאר שעות אריכות יעדן טאג אלס דער עיקר שיעור פונעם טאג (!) איז אן עוון בלתי יכופר. נאך דערצו ישיבות וואס האבן אינגאנצן אויסגעריסן בקיאות, און אנשטאט דעם איינגעפירט "עיון קל"...

איז ווען מיר סעלעבריטירן הגאון רבי שאול, דארפן מיר געדענקען אז זיין עיון-קרייצציג איז לאו דווקא אזא גוטע זאך -- אפילו עס קומט פון א לב טהור און א גאון אדיר. און דאס וואס גערער רבי האט אויסגעריסן עיון איז לאו דווקא אזא שלעכטע זאך -- אפילו עס קומט פון א קאמפליצירטער פאראנאיד מענטש וואס ווילן אונטערברענגען א צווייטן.

איז בשעת כ'האב געטרונקען מיט דורשט יעדעס ווארט פון רבי שאול'ס דרשה אין זיין ערשטן טאג אין אמעריקע, האב איך געשפירט אומבאקוועם מיט זיין באהויפטונג אז דער ציל פון חסידות און פון תורה איז צו לערנען תורה בעיון. יא, אפשר איז דאס דער ציל פאר אזא גאון אדיר, אפשר איז דאס דער ציל פאר א גאר קליינער מספר פון עילוי'אישע בחורים, אבער ניין, 99 פראצענט פון כלל ישראל דארף אנפילן דעם קאפ מיט בקיאות התורה.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר