הכה שאול באלפיו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

הכה שאול באלפיו

שליחה דורך עדיאל »

[justify]דאסמאל זענען די צייטונג קעפלעך אמת ויציב. יהדות הגולה באמעריקע איז עלעקטעריזירט מיטן באזוך פון הגאון הראש ישיבה ר' שאול אלתר. די באריכטן און בילדער פונעם וואך און פונעם שב"ק קומען אריין. דער עולם שטראמט, די מאסן האלטן מיט, און דער געשפרעך פון טאג איז ר שאול, ר שאול.

פארוואס?

וואס איז דער מאגנעט וואס ציט כלל ישראל צו ר' שאול? וואס ציט מיר?

ר' שאול איז א נרדף. מילא. א גוטע סיבה צו ארויסווייזן סימפאטיע, אבער נישט גענוג אויף צו עלעקטעריזירן. מאסן שטראמן בלויז אויף צו ווייזן שטיצע? מע.

ר' שאול איז א גאון. נו? דער עולם לויפט נישט צו א יעדער גאון וואס קומט אהער.

גור איז צי גרויס אלס א חסידות און צי מאכטפול א קהילה. א שפאלט איז געווינטשן. אמת, אבער וואס האט עס מיט מיר. כ'בין נישט קיין גערער.

ר' שאול פירט זיך בפשטות און מיט עניוות און איז צוגעלאזן צו אלעמען. ער איז א געלונגער דרשן מחדש און רעדנער און בקי בכל מכמני התורה. ס'איז אלעס אמת פיין און וואויל. אבער ס'נישט גענוג. עפעס האט ער. עפעס פארקויפט ער וואס מאכט אים באליבט ביי אלעמען.

ר' שאול איז א חידוש בעולם החסידות. מיר ווייסן אלע און שפירן אלע אז רביסטיווע איז קארופטירט. די אדמורים פירן זיך ווי מלכים און לעבן אין זייער אייגן באבעל. די רביס שפילן הייליג און פליען און הימל. די רביס רייטן על ראשי עם קודש און ירשנען די רביסטיווע צו זייערע קינדער צו זיי זענען ראוי אדער נישט. רביסטיווע איז פארפוילט. דאס איז נישט קיין נייעס.

אימיצער האט אויפגעפאסט אינמיטן וואך אז די דראמא דא דערמאנט אים פון שמואל א', נאר שאול האט פארטוישט ראלע. מיר דערמאנט עס ליבערשט פון מלכים א'. דוד און שלמה האבן געבויט א מלכות מאוחדת מיט זייער טאלאנט און פירערשאפט. רחבעם האט גע'ירשנט. רחבעם האט נישט פארמאגט די גלאנץ. ער האט אלץ אנגעוואוירן.

ר' שאול איז טאקע א בנש"ק, א זון פונעם פריערדיגען רבי'ן. אבער ער איז נישט דער גער'ער רבי און נישט זיין יורש. ער איז וואס ער איז בזכות עצמו.

כלל ישראל לעכצט נאך אויטענטישקייט. מיר ווילן אמת'ע מנהיגים, אמת'ע משפיעים, רבי'ס מיט כאריזמע. מיר ווילן שפירן א טעם אין אידישקייט, א טעם אין רביסטיווע. עס בענקט זיך נאך פאלקסישע רביס, נאך רעוולאציאנערישע רביס וועלכע זענען דירעקט נישט קיין יורשים און גיין נישט אין שפאן. עס בענקט נאך די אמת'ע פארטרעטער פונעם בעל שם טוב.

מיר שפירן אין ר' שאול א פלייץ פון ענערגיע. אן אינפיוזשן אין די אדערן פון חסידות בכללית וואס מיר דארפן אזוי וויכטיג אונז צו אויפלעבן און אריינבלאזן א חיות אין די עצמות היבשות. דאס אנלויפעניש ארום ר' שאול שרייט ארויס, מיר זענען דורשטיג! מיר ווילן עפעס!

היינו טעמא דקרליבך, היינו טעמא דברסלב, היינו טעמא דר' שאול.
א גוטע וואך.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר