איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב אברהם חיים יוסף הכהן ווייס, 77 יאר אלט איז דער רב אין די קאנגרעגעישן ..."היברו אינסטיטוט אוו ריווערדעיל"... אין די בראנקס. אויך האט ער געגרינדעט א ישיבה מיט'ן נאמען ..."חובבי תורה"... פאר בחורים. און אן אינסטיטוט צו לערנען הוראה פאר פרויען ער האט אויך ..."מסמיך" געווען א פרוי להוראה מיט'ן נאמען...שרה הורביץ. און נאך אנדערע ...""... און היתירים וואס אפילו מאדערן ארטאדאקס אידן האלטן זיך צוריק דערפון.

די ראביניקל קאונסיל אוו אמעריקא ...(RCA)... האט איהם טאקע פארגעהאלטן איבער דעים. אויך איבער דעם פאקט אז ער שיקט צו פרויען אלס שליחי ציבור. נאר ווען די ווארנונגען האבן נישט געהאלפן האבן זיי איהם ארויסגעווארפן פון די ארגאניזאציע. ער איז נישט קיין מעמבער אין די (מאדערן) ארטאדאקס ארגאניזאציע. ער רופט זיך נאך אלס ..."ארטאדאקס"... נאר א נייע מין ארטאדאקסי. ער האט עס א נאמען געגעבן ..."אפענע ארטאדאקסי"...!

יעצט איז די שאלה. אויב ער איז נאך בכלל ..."ארטאדאקס"... אדער איז ער שוין אריבער די גרעניץ און זיין פארם פן אידישקייט הייסט שוין קאנסערוואטיוו אדער רעפארם. ווייל מ'דארף געדענקען אז די קאנסערוואטיווע און רעפארם קאנגרעגעישנס האבן ראבייס וועלכע קענען לערנען און זיי זאגן פייער'דיגע דרשות אז מ'דארף האלטן תורה און מצוות. אבער זיי זענען נאר נאה דורש. און נישט נאה מקיים. ווייל זענען עובר אויף א סאך איסורי דרבנן. און אפילו איסורי דאורייתא בשאט נפש.

מ'קען א סאך מאריך זיין איבער דעם. אבער אונז עמיר נאר אנכאפן איין קליינע נקודה וואס די רעפארם קאנגרעגעישנס טוען. און דאס איז, נוצן אן אודיאו (מייק) סיסטעם אום שבת ויום טוב. ס'איז דא גאר הארבע איסורים ביי דעם. אויסער דער פאקט וואס מ'באנוצט זיך מיט אן עלעקטרישע מאשין. אויף דעים וואלט מען נאך געקענט טרעפן עפעס א..."היתר"... די עיקר פראבלעם איז השמעת קול בשבת...( שמא יתקן כלי שיר)... וואס אלע ערליכע פוסקים זענען אויסגעשפראכן אקעגן דעם.

די שאלה איז אויב ..."הרב" אבי ווייס באנוצט זיך מיט דעם אום שב"ק. אויב יא איז ער גארנישט אנדערש ווי די רעפארמערס. ער איז אבער געפערליך באליידיגט אויב מ'זאגט אז ער איז א רעפארמער...!

דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט אינפארמאציע איבער דעם פארשוין און זיינע ארגאניזאציעס...!!






rca)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 60 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר