על פתח ביתו מבחוץ - שוין צייט צו טוישן מנהג!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

על פתח ביתו מבחוץ - שוין צייט צו טוישן מנהג!

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

א טומל א געפילדער, ס'טוט זיך אויף טישן און בענק. פון אלע זייטן קומט מען צו גיין אין פארנט פון בית-המדרש הגדול, דארט וועט פארקומען די ריזיגע הדלקה פונעם רבי'ן שליט"א. ווייבער מיט קערעדזשעס און קינדער, גרופעס בחורים לאזן זיך לויפן פון אלע זייטן, מען קומט צו פארן אפילו פון אנדערע שטעט. א קלייניגקייט? - דער רבי שליט"א גייט צינדן די מנורה.

פון עטליכע גאסן ווייט הערט זיך שוין די מיקראפאנען וועלכע זענען אזוי שיין מייסטערהאפטיג אויסגעלייגט. די מנגנים זינגען שוין דארט ניגוני הכנה, אנרייצנדיג און רופנדיג דעם עולם צו די הייליגע הדלקה, דארט וואו מען קען איינקויפן און זיך אנשעפן הויפענעס מיט השפעות טובות כמבואר בספה"ק. עסקנים, שומרים מיט חברים, אינאיינעם מיט הצלה, לויפן ארום פארשוויצטע, די פאליציי קאנטראלירן די גאסן און מאכן זיכער אז דער ריבוי עם זאל נישט ברענגען קיין טראפיק און קיין עקסידענטן חלילה. אלעס ווערט געפירט אזוי מייסטערהאפטיג, קדושה'דיג אבער אויך פראקטיש, אז עס זאל נישט צוקומען צו קיין פאליטעטן. אך ווי שיין כלל-ישראל איז. אפילו אין אזעלכע געהויבענע מאמענטן, בשעת די נשמה פלאקערט ארויפצוגיין און זיך דערהייבן מיט העכערס, געדענקט מען אבער איבער חיי נפשות. אלעס איז אזוי שיין ארגאניזירט למען כבוד בית השם וכבוד החסידות ביינאזאם. אה, מי כעמך ישראל.

אידן מיט א ברענעדיג הארץ, נאך א מקוה און אן אייגענע הדלקה, שפירן די קדושה, און די נשמה ציעט דער מענטש צו לויפן צו די הייליגע הדלקה, מען קען זיך פשוט נישט איינהאלטן. קינדער און בחורים זענען מקצר ביים טאטע'ן אין שטוב, ווייל... מ'דארף דאך גיין צו די הדלקה. אפילו די טאטע'ס אליין זענען אויך מקצר מיט די הדלקה אין שטוב, ווייל די קינדער שלעפן, און זיי ווילן אליין אויך גיין, און נישט נאר זיי, נאר אפילו די עזרת-נשים, שאף הם היו באותו הנס... זייער נשמה שפירט אויך, זיי מוזן אויך זיין ביי די הייליגע הדלקה, איינאיינעם מיט די פיצלעך קינדער. אט דא גייט א פרוי, מיט צוויי קינדער וואס שלעפן איר ביי די פאלעס, א דריטער אין וויגעלע אין א פערטער אין בויך. קוקט נאר וויפיל טייכן טרערן עס ווערן פארגאסן פון די עזרת-נשים, בשעת מען זינגט די שירי הכנה, איידער דער רבי שליט"א קומט אריין אנצינדן די מנורה. אה, בעטס פרויען בעטס, די שערי רחמים זענען יעצט אפן, די ליכטיגקייט פון אור-הגנוז שיינט יעצט אין אלע עולמות. יעצט איז די צייט!

דארט אינעם גרויסן חצר, שטייען פארזאמלט טויזנטע אידן, די בחורים און קינדער אויף הויכשטאקיגע פארענטשעס, חשובי עם אויף ספעציעלע בענקלעך אינדערמיטן. אלעמענ'ס אויגן זענען געוואנדן צום גרויסן טאראסע, דארט ביים טיר אויבן, שטייט גרייט א פרעכטיגע מנורה, בשעת פליקאטן מעלדן פארביג אז די מנורה דאס יאר איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' חיים וואלף עפלזיג הי"ו פון ציריך, פאר די אויסטערלישע סומע פון 15,000 דאלער, ריין גאלד. יא, הידור מצוה איז אויך עפעס, און צדיקים האבן זיך געלאזט קאסטן פאר אזא געהויבענע מצוה.

אט אט קומט שוין דער רבי ארויס צום פילקעפיגער עולם, די מנגנים הויבן אן מיטן באקאנטן אהבה רבה ניגון, בחורים און יונגעלייט שאקלען זיך אזוי ווארעם אריין, אויסבעטנדיג אלעס גוטס, גרויסע סקרינס ווערן אויסגעלייגט אויף די ארומיגע גאסן, אז אויך פונדערווייטנס זאל מען קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן. דער רבי שטייט על פתח ביתו מבחוץ, אבער שיינט אריין מיטן גרויסן שמש פארן גאנצן ציבור מהקטנים ועד הגדולים, ער טשעפשעט שוין דעם לשם-ייחוד, בשעת דער עולם זינגט אזוי ווארעם. אט הערט מען שוין קולו בקודש געבן א געשריי "ברוך"... א סקרוך גייט דורך יעדן די ביינער, עס שאקלט אויף ביז די טיפע סליניעס פון הארץ...

אויף די זייטיגע געסעלעך טוט זיך א געפייפעריי, א טראפיק וואס דאס האט אנגעמאכט, מען קען נישט דורכפארן. מאנכע קרויזן אויס גאסן און פארט שטייט מען אין טראפיק, מען קען זיך נישט רירן. דאס איז יעדע נאכט פון די אכט נעכט פון חנוכה.

"זאג נאר" פרעגט יאנקל זיין חבר אין בית-המדרש. "פארוואס קען מען נישט צינדן אינדערווייניג, אין בית-המדרש, אויף אן איידעלן פארנעם. פונקט אזוי ווי מען פירט טיש יעדן שבת, פארוואס דארף מען מאכן אזא איבערקערעניש"?

"אה, דו קאלטבליטיגער כופר וואס דו ביסט... שעמסט זיך נישט? - "על פתח ביתו מבחוץ" שטייט אין הלכה. בלויז די קאלטע לוטוואקעס צינדן אין-דאר, אינדערהיים. וואספארא פנים האט דאס אז מען צינד אין שטוב, אין די ווארעמע הויז, צווישן די פיר ווענט... עה, ס'האט נישט קיין פנים... ביי חסידים האט מען מקפיד געווען דערויף, מען האט זיך נישט באקוועם געמאכט. מען זאגט נאך א ווערטל פון דברי חיים, וואס איז דער חילוק אז ביי די ליטאים צינדט מען אן די מנורה אין שטוב, און ביי חסידים דווקא אינדרויסן, ווייל "זיי" שעמען זיך מיט די מצוות, שיינט די אורות בלויז מיט א צמצום, ביי "אונז" איז מען מפרסם שמו יתברך בכל העולם..."

"ענטפער אים נישט" שרייט דער חבר, "ער רעדט דאך סתם אזוי נישט צו דער זאך. וואס ווילסטו, אז די טויזנטע אידן וואס קומען צו די הדלקה זאלן זיך אריינשטיפן אין בית-המדרש? - ווי אזוי וועט זיין פלאץ? - מענער פרויען און קינדער, מנגנים, חשוף... עס איז פשוט אוממעגליך. אפילו אויב דער מנהג וואלט געווען צו צינדן אינדערווייניג, וואלט מען עס פשוט געמוזט מאכן אינדרויסן, ס'איז פשוט נישטא קיין ברירה".

...
דערציילט עס נישט פארן סקווירא'ן, ווייל אויף מארגן קומט א נייע מנהג, אונטערן שירעם פון מקבל זיין קבלת טובות בעניני טעכנעלאגיע... און א יאר דערנאך א מנורה אויף א טראק בעיקבות קאראנא... אבער חס-ושלום, מען פירט נישט איין קיין נייע מנהגים, מען טוט בלויז וואס דער טאטע האט געטון.

עיקבתא דמשיחא.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר