הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

"ווער האט דאס געטון"? - דינערט דער באוועסע שטימע פון דער רבי איבער די גאנצע קלאס.

"דער יונגל וואס האט דאס געטון זאל זיך שוין מודה זיין... אויב נישט, אך און וויי צו אים?"...

שטיל.

זעהענדיג אז קיינער רופט זיך נישט אן, גייען די סטראשונקעס ארויף א מדריגה
"דער יונגל וואס ווייסט ווער ס'האט עס געטון, און ער זאגט נישט אויס, טראגט די זעלבע אחריות אזוי ווי דער יונגל וואס האט עס באמת געטון. ער וועט שטרענג באשטראפט ווערן, נאר פארן נישט אויסזאגן..."

עטליכע בליקן טוישן זיך אויס אין קלאס.

מיט זיין געניט אויג כאפט דער רבי אויף, וועמען מען דארף נעמען אויפן צימבל. נאך עטליכע לאנגע חקירות ודרישות, שווימט דער אמת ארויף.

"גרשון יאנקעלע"...

אה, ווער קען דען נישט דער נאמען "גרשון יאנקעלע"?! - מען דארף אים אפילו נישט פארשטעלן. עס הערט נאר דעם נאמען "גרשון יאנקעלע" פארשטייט שוין אלעס. וואס דארף מען זאגן מער? - מען זאגט נאר דעם נאמען "גרשון יאנקעלע" און אלעס ווערט פארענטפערט.. דאס איז דאך "גרשון יאנקעלע", נו...

א לעבעדיגע סוחר'ל, א געזונטער קעפל וואס כאפט שוין אויף די גמרא גראד נאכן ערשטן מאל פארלערנען, אבער צווישן זיין מוח און די כלי המעשה איז נישט פארהאן קיין הבדל וואס מאכט טראכטן צי ער זאל טאקע טון דאס וואס ער טראכט. אויב אים פאלט איין א לעבעדיג שטיקל, וועט ער נישט צעגערן קיין צוויי און ביז וואס וואו ווען איז דאס שוין אויסגעפירט. די קלאס איז שוין אויף רעדער און דער גאנצער חדר אין די לופטן.

אין מנהל'ס אפיס זיצט גרשון יאנקעלע, מיט א טויטע בליק, שטייף און סטאמפ, נישט ארויסווייזנדיג קיין שום תנועה אויף זיין פנים. מיט זיינע גרויסע אפענע אויגן, מבינ'ט ער טריקענערהייט אפ דער מנהל, און דער מנהל פון זיין זייט, קען נישט ארויסלערנען פון זיין געזיכט, צי ער איז טרויעריג, פרייליך, צופרידן, חרטה, ציניש, ער ווייזט נישט ארויס קיין שום געפיל אויף דאס וואס ער האט געטון.

"האסטו צוגעקלעבט די פאפירעלעך מיט גלאו צו די רבי'ס בענקל, אז ווען ער זעצט זיך אראפ זאל זיך עס צוקלעבן צו אים"?

שטיל!

"זיי זיך מודה"

שטיל.

דער שטעקן נעמט זיך פליען אויף אים. גרשון יאנקעלע שפרינגט... ער שפרינגט אויפן טיש, אויפן קאפי מאשין, אויפן קאמפיוטער און ארום איבעראל. דער מנהל לויפט אים נאך מיטן שטעקן אין האנט. פארלוירענערהייט פירט ער א קאמפ מיטן יונגל, וואס מאיזה סיבה קען ער נישט בייקומען, דאס יונגל איז נישט באמת זיך מכניע צו אים. אבער ער קען נישט כאפן צי ער האט מודה געווען, חרטה געהאט, אדער איז ער גאר פרייליך...

שפעט נאכמיטאג, ווען אלע קינדער זענען שוין געווען אהיים פון חדר, באקומען גרשון יאנקעלע'ס עלטערן א טעלפאן קאל פונעם מנהל, אז זיי מוזן אראפקומען צו א דרינגענדע מיטינג, וואו מען מוז דורכרעדן גאר וויכטיגע זאכן.

"ס'איז נישטא קיין ברירה" ערקלערט דער מנהל אומצוויידייטיג. "דאס קינד מוז נעמען מעדעקעישן". "גרשון יאנקעלע איז א וואוילע יונגל, ער האט גוטע כשרונות און א געזונטער קעפל, אבער טאמער גייט ער נישט אויף מעדעקעישן, קען מען אים נישט האלטן אין חדר, מען קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן מיט אים".

די תמימות'דיגע עלטערן הערן זיך צו מיט אן ערנסטקייט צו וואס דער מנהל זאגט. זיי פארשטייען אז עכט איז נישטא קיין ברירה און טאמער וועט ער נישט גיין אויף מעדעקעישן, וועט די הנהלה זיין שטערקער און רודפ'ן דאס יונגל עד חרמה, און נישט נאר דאס יונגל, נאר אויך די עלטערן וועלן זיין בפי הבריות... אביסל דערהערן זיי אויך וואס דער מנהל זאגט. נעמט מען גרשון יאנקעלע צום דאקטער, און... גרשון יאנקעלע איז אויף מעדעקעישן!

אצינד האט מען גע'הרג'עט א נפש מישראל, מיטן פולן זין פון ווארט. פארוואס? ווייל דער מנהל קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט דעם קינד. ער פארשטייט נישט צו זיין גדלות. אין אנדערע ווערטער, דער מנהל דארף מענעדזשן דעם חדר (נישט מחנך זיין תלמידים), און כדאי דאס צו קענען מענעדזשן, דארף דער ציגל - אה, אנטשולדיגט, קינד - זיין מסודר, כדאי ער זאל ווייטער קענען פירן די מוסד על מי מנוחות.

ווייסט איר וואס איר האט יעצט געטון? - גע'הרג'עט א געלונגען קינד, פשוטו כמשמעו. אויסער דעם וואס דער קינד וועט פון יעצט אלעמאל וויסן אז ער דארף צוקומען צו מעדעקעישן, און אז ער איז "נישט נארמאל", נעמט מען די אמת'ע כשרונות פון דעם קינד, מען שלעפט דאס אראפ און מען מאכט אים איינשלאפן, ער פארלירט זיין אמביציעס, וואס דאס וואלט ער געקענט נוצן לטובה און אויפטון א וועלט דערמיט.

יא, גרשון יאנקעלע האלט שוין מיט אין קלאס, שטערט שוין נישט קיינעם. ער פיט שוין אריין אין דער סדום בעטל פון די היינטיגע מוסדות, אבער ער וועט שוין נישט זיין דער עכטער "ר' גרשון יאנקל", וואס דרייט די וועלט און טוט אויף גדולות ונצורות. מען האט פארלוירן דעם גרויסן "ר' גרשון יאנקל", וואס וואלט אויפגעשאקלט א וועלט אויף די עלטערע יארן.

גרשון יאנקעלע וואקסט אריין אין זיינע בחורי'שע יארן, אינגאנצן צושאסן און פארלוירן. ער ווייסט אז ער איז אויף מעדעקעישן, ער איז טאקע נארמאליזירט, אבער... ווייסטעך... און אז דער אויבערשטער העלפט אז ער איז זיך מתגבר, הויבט מען אן צו רעדן פון אראפגיין פון מעדעקעישן. מען פראבירט אביסל אראפצונעמען, דא כאפט ער א גליטש און מען שטעלט אים צוריק ארויף, דא נאכאמאל און ווידער אמאל, און ווען ער איז שוין אינגאנצן אראפ, אין די עלטער פון אכצן יאר (ווארשיינליך צוליב שידוכים), איז ער שוין א שבר כלי, ער וועט שוין קיינמאל נישט זיין "דער גרויסער ר' גרשון יאנקל" וואס וואלט געשאקלט וועלטן, אויב וואלט ער נאך געהאט זיינע אמביציעס.

און מיר האבן אפילו נישט בארירט די סייד אפעקטן, מיט וואס גרשון יאנקלע ספראוועט זיך, א דאנק די מעדעקעישן וואס מען האט אים אומבארעכטיגט אנגעשטאפט.

ימח שמם וזכרם!

...
ר' מיילעך בידערמאן שטייט אויפן טיש, מיט א גלעזל וואדקע אין די האנט, ער שרייט און ער רעדט, זינגט און דרשנ'ט, ער איז פריש ווי א בארג, הויבט אויף אן עולם פון טויזנטערס, ס'טוט זיך אויף טיש און אויף בענק... אה, ער לעבט אויף א דור.

ר' שאול אלתר דרייט א וועלט, ער איז א מעיין המתגבר און שיסט דברי תורה מיט א בקיאות און חריפות אויף איין מאל, זיין כאריזמע פאנגט א וועלט, מענטשן פון די גאנצע וועלט זענען פארקויפט פאר אים.

ר' עזריאל טויבער בויעט מוסדות התורה אין די מאסן, פארט ארום די וועלט און מאכט בעלי-תשובה פון איבעראל. מענטשן זענען אים מעריך און מען זעט א לעבעדיגע דוגמא פון א מענטש וואס קען אויפטון א געוואלד.

ר' צבי מאיר זילבערבערג שפרינגט פון די הויט. ער שטייט ביי שלש-סעודות, דרייט איבער פון נאכט טאג און פארקערט, פירט באטעס שבת פארטאגס פארן דאווענען, שפריצט וואסער אום פורים, און טענה'עט אז יעצט איז די העכסטע צייט, אזא צייט ווי יעצט איז נאך קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין.

ר' איטשע מאיר מארגנשטערן פלעכט וועלטן פון קבלה מיט נגלה צוזאמען, עפענענדיג נייע אורות וואס די וועלט האט נאך קיינמאל נישט געזען, שפינט צוזאמען חב"ד מיט ברסלב, אינאיינעם מיט גור און די ליטווישע וועלט אויף איין מאל.

ר' מאיר שפירא קערט איבער א וועלט, איז מייסד א דף-היומי, בויעט ישיבת חכמי לובלין. זיין גאונות און חריפות איז א שם דבר אין די גאנצע וועלט.

רבותי! - מיר פארמאגן צווישן אונזערע יוגנט ר' מיילעך'ס, ר' שאול'ס, ר' עזריאל'ס מיט ר' מאיר'ס. ליידער הרג'עט מען אסאך פון זיי, מיטן תירוץ אז מען קען פשוט נישט אנגיין אנדערש, ווען דער אמת איז דער דער מנהל דארף מען אויפהענגען אויף א צוקער שטריק אינמיטן גאס פאר זיין רשעות.

דא קום איך אייך זאגן:
וואלט ר' מיילעך געווען א יונגל אינעם היינטיגן סיסטעם, וואלט מען אים אנגעפאקט מיט מעדעקעישן, מען וואלט איינגעשטילט זיינע כשרונות. ער וואלט ווייטער געלערנט אין חדר, געוואקסן א שטילער איידעלער באלעבאס. אפשר וואלט ער ארומגעפארן די וועלט נאך געלט, זייענדיג א רבי'ש קינד. ער וואלט געקומען קיין בארא פארק אויף א שבת, געפירט עפעס א באטע פון צען אידן און מוצאי ארויפגעגאנגען צו גבירים נאך געלט, און אהיימגעקומען מיט פופצן טויזנט דאלער צו דעקן די חובות.

וואלט ר' שאול געלערנט אין די היינטיגע חינוך סיסטעם, אוי וואלט מען אים אנגעשטאפט... כידוע ליודעים זיין היסטאריע אלס ווילדער בחור... מיר וואלטן נישט פארמאגט היינט אזא ר' שאול.

ר' עזריאל טויבער פלעגט שטיין און שרייען, אז זיין גאנצע הצלחה איז צו פארדאנקען היטלער'ן... ער איז געווען א בחור גראד נאכן קריג, געוואנדערט פון ארט צו ארט, נישט געווען אין א געהעריגע מוסד, און דווקא אזוי האט אזא נשמה ווי ער געקענט שטייגן.

דאס זעלבע איז מיט ר' צבי מאיר, ר' איטשע מאיר און ר' מאיר שפירא.

רבותי, מען דארף וויינען. מען הרג'עט אוועק די ר' מיילעך'ס און די גדולים פון דעם קומענדיגן דור.

מען נעמט קינדער בעלי כשרונות, וואס קענען דרייען א וועלט. מען דערקלערט אז זיי דארפן אריינפיטן אין דעם סדום בעטל. אויב איז ער צי ווילד פאר דער מלמד, דארף מען אים געבן מעדעקעישן אז ער זאל זיין מער פארשלאפן. אויב איז ער צו שלאפעדיג, דארף מען אים געבן מעדעקעישן אז ער זאל זיין מער וואך... סוף דבר, אז דער מלמד זאל זאגן זיין שיעור, און עס זאל אריינפליען פאר די תלמידים, אן דארפן צי שווער ארבעטן.

אוי אוי, דארף מען שרייען דערויף.

ימח שמם וזכרם!

(נ.ב. כמובן אז ס'איז אלעמאל דא א יוצא מן הכלל, און אמאל דארף מען באמת האבן מעדעקעישן. אבער ליידער איז דא זייער אסאך און צופיל פעלער, ווי מען געבט מעדעקעישן אומבארעכטיגטערהייט, פשוט הרג'ענענדיג דאס קינד פאר גארנישט און פאר נישט.)

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר