מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

פאריגע וואך (אדער צוויי וואכן צוריק - נישט קיין נפקא-מינא), האט העניך געעפנט אן אשכול אונטערן נאמען "מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז לב טהור". דארט טענה'עט העניך אין קורצן, אז דאס גאנצע וואס פעלט פאר לב-טהור, איז משפחה קרבה'שאפט צו אדמורי"ם ורבנים, אזוי אז ער זאל זיך קענען שלומ'ען, געבן די הענט, און זיי זאלן מחויב זיין צו קומען צו זיינע שמחות, און אזוי ארום קענען אנגיין ווייטער מיט זיינע מעשים תעתועים.

אין אנדערע ווערטער, אויב לב טהור וואלט פארברענט ילד שעשועים, וואלט געווען א סקאנדאל, וואלטן זיי אונטגערצינדן הייזער, וואלט אויך געווען א סקאנדאל, אבער אז א ברענד נעים טוט עס, איז מען אים מוחל למחצה ולשליש, די בילדער מעגאזינען ברענגען ווייטער די בילדער, והכל על מקומו יבוא בשלום.

היינט איז געעפנט געווארן אן אשכול, אונטערן קעפל "וועט מענדעלע מצליח זיין". דאס איז געווען נאך א דרשה וואס ער האט געהאלטן, אז מען זאל אויסהונגערן די קינדער, נישט געבן קיין פלייש וכו', בלויז ווייל מ'דארף בויען א בית-המדרש, א קנאק פון א זאך וואס זאל קאסטן 250 מיליאן שקל (איר הערט? - פארוואס דארף מען עס???).

די הנהלה איז געקומען, און נישט געזען דעם קעפל בעין יפה, ווי אויך אין דער ארטיקל, טענה'ענדיג אז פון די יסודות אין קאווע שטיבל איז זיך צו באנוצן מיט א כבוד'דיגן טיטל פאר רבנים. איך פארשטיי די הנהלה און איך גיב זיי גערעכט 100%, איך שלאג זיך נישט מיט זיי. אבער גלייכצייטיג זעה איך אויך העניכ'ס נקודה - אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער אויב ביסטו פון די עטליכע אויסגערופענע משפחות, וועט מען דיך ווייטער מקרב זיין און דיר מוחל זיין דיינע עבירות - גייט אויך אן ביי די הנהלה. ער וועט אלעמאל בלייבן "הרב", אפגעזען וואס ער טוט.

וויל איך פרעגן: וואו איז די רויטע ליניע, וואס אויב טוט מען עפעס, ווערט מען אויס "הרב" און מען הויבט אים אן מרחק זיין? - איך פרעג סיי אין די גאס, און סיי פאר די הנהלה. וואס דארף א רב טון, וואס אויב טוט מען דאס וועט די הנהלה מחליט זיין, אז מען דארף אים שוין נישט רופן "הרב" און נוהג כבוד זיין אין אים.

(אויב דער שאלה איז צו אפן, און ס'איז נישט ניחא פאר די הנהלה, זאל מען עס ביטע אוועקנעמען.)

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר