קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8403 מאל

קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך ווייס נישט וויפיל פון דעם עולם דא הערט נאך אמאל קול מבשר, אבער לעצטנס איז דא א שטארקע שינוי לטובה אויף קולמא,

די קרעדיט קומט זיך לכאורה פאר וועלוול שמעלצער, וואס קומט לעצטנס אריין זייער אפען און קלאר אויפן ליין.

סיי אינעם נייעם אפטיילונג 'צוויי אידן דריי דיעות' ווי ס'איז לעצטנס געגאנגען פעטש ווען מ'האט ארויפגעברענגט ר' טובי' מאיר ניימאן פאר אן אינטערוויו וועגן זיינע נערווירענדע ראבאו קאלס, ער האט ארויפגעברענגט מענדל אונגאר און שמעון ראלניצקי צו דעבאטירן טובי' מאיר'ן, און הגם זיי האבן אים געהענדלט מיט זיידענע הענטשיך, איז ר' וועלוול אריינגעקומען גאנץ אפן און אטאקירנד, בפרט פאר די ביז איצטיגע 'הויכע' פארמאכטע קול מבשר סטאנדארטן,

אויך שפילט זיך אפ אין די טעג א דראמא וואס האלט שוין אן א שטיק צייט, מיט א דעבאטע פון ר' וועלוול מיט ר' אליעזר קרויס איבער די נושא, צו מוזיק איז מותר צו הערן בזמן הזה אדער נישט,

אנגעהויבן האט זיך עס פון א פשוט'ע אינטערוויו וואס וועלוול האט געמאכט מיט לעיזער וועגן די נייע קינדער סידי וואס ער האט ארויסגעגעבן 'די פארשטויסענע שיף' און ס'איז געווארן א שמועס פארוואס די סידי פארמאגט נישט קיין מוזיק, און לעיזער האט גע'טענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין היתר צו הערן מוזיק בזמן הזה, און האט גע'אפערט צען אלפים פאר ווער ס'ברענגט א היתר

א וואך שפעטער האבן וועלוול און י''ש דרעזנער ביי זייער ליל ששי פראגראם אראפגעריסן ר' לעיזער און געברענגט התירים, און אז פוק חזי מאי עמא דבר, וכדומה, און זיי האבן געזאגט אז לעיזער איז סתם א אויבער חכם וואס זוכט צו טון מאדנע זאכן, און י''ש האט פארציילט אז 'מען זאגט' אז אלץ בחור האט ער געמאכט קידוש אויף א פאום קאפ פון קאלא אין ביה''כ (חמר מדינה, און ביה''כ שלנו אין להם דין ביה''כ...)

לעיזער איז נישט שולדיג געבליבן און געגעבן א גאנצע שמועס דערוועגן, לייקענענדיג דערביי די גאנצע מעשה און געזאגט אז ס'איז סתם אן אויסגעטראכטע מעשה בלי שום סרך אמת, און דערביי געזאגט אז ביים קומענדיגן ליל שישי פראגראם וועט ער ארויפגיין און אויסגראדן זאכן.

וכך הוה לעצטע וואך איז ער ארויפגעקומען ביים ליל שישי פראגראם, אבער אין די צייט וואס דרעזנער האט נאר געזוכט אראפצוקריכן פון בוים, איז וועלוול אנגעקומען ווי א פראפעסיאנאלער פראקוראר, און פארגעלייגט א קעיס אז מוזיק איז מותר און דערביי שטארק צעפראסקעט ר' לעיזער, אזש די יודעי דבר געדענקען נישט אז ער זאל אזוי בלייבן צעפאטשט און מיט די צונג אינדרויסן

דא האלט עס יעצט, זונטאג גייט פארקומען א לייוו טעלעקאנפרענס מיט לעיזער קרויס איבער די נושא פון מוזיק, און לעיזער האט שוין אויך געלאזט וויסן אז ס'שוין געווען א שעה לאנג פאלו-אפ שמועס מיט וועלוול וואס מען דארף נאך אסאך עדיטען, והבן, און האט שוין געלאזט וויסן אז ער גייט זיך נישט לאזן, און ס'גייט נאך גיין שטארקע פעטש.

אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ס'טוט זיך טישן אויף בענק אויפן האטליין, און ס'עפענט זיך מער און מער, און פון א האטליין וואס פלעגט בלויז איינמעלדן ווען און ווי מען האט געטראפן א האקנקרייץ, ווערט ציבי5סלעך א מקוה שמעלצטאפ.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 107 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר