אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3067
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8392 מאל

אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

שליחה דורך שמן למאור »

די נושא איז שוין אפאר מאל ארויפגעברענגט געווארן אין שטיבל דא, אבער נאר למחצה לשליש ולרביע, און לדעתי דארף מען עס גוט צונעמען און ארויסברענגען מיט באקציין.

איך גיי נישט באהאנדלען דא די שידוכים קריזיס און די אלטע בחורים און מיידלעך פראבלעם, דאס ווערט שוין אויסגעלופטערט אויף מער מצומצם'דיגע פלאטפארמעס, מיט פאלשע לעזונגען ווי צאלן מער פאר שדכנים וכדו', וואס דאס איז טאקע לכשעצמו א גוטע זאך, אבער ווייט נישט אנגערירט די נקודת הדברים, און אז מען פארשטייט נישט די פראבלעם קען מען נישט אויפקומען מיט א גוטע לעזונג, ובין הדברים וועט דאס אויך דא געלעזט ווערן בס''ד.

פאר יארן זענען אונז געפארן פון איין פלאץ צום צווייטן מיט א פערד און וואגן, 'בערל בעל עגלה' פלעגט אפילו ציען זיין חיונה דערפון, אבער היינט.... דרייווט ער שוין א אובער פאר פרנסה,

עס זענען געווען צדיקים וואס האבן נישט געוואלט פארן מיט א באן, ציטערנדיג פונעם 'חדש אסור מן התורה' אבער די פאקט איז אז די וועלט איז זיך מתקדם און היינט פארן אלע צדיקים מיט שיינע קעדילעקס און (פריוואטע) עראפלאנען, זאת אומרת, מען דארף זיך רוקן ווייטער מיט זאכן וואס זענען פשוט נישט קיין פראקטישע מהלכים, וויאזוי צו לעבן אינעם היינטיגע וועלט.

יא, גערעכט אז אמאל פלעגט א שידוך צוגיין מיט א שדכן, און אין הלכה ווערט דערמאנט וועגן זיין באצאלונג וכדו', אבער דאס מיינט נישט אז אזוי דארף עס צו גיין, דאן פלעגן אויך די פריצים פון צוויי ווייטע דערפער, וואס פלעגן זיך נאר טרעפן ביים יריד, זיך אויך משדך זיין אהן דעם וואס די חתן כלה זאלן זיך אמאל האבן געקענט פון פארדעם, עס איז געווען מער אן אנגענומענע זאך אין יענע פרימיטיווע צייטן, אבער הלכה'דיג? דער רמב''ם שרייבט קלאר אז 'קודם מתן תורה אדם פוגע אשה בשוק, אם רצה היא והוא וכו' און ער פירט נאר אויס אז נאך מתן תורה דארף מען קידושין, אבער די חלק פון אדם פוגע אשה, האט זיך הלכה'דיג נישט געטוישט.

יעדער זאל נעמען זיין זכרון און צוריקגיין צו זיינע ישיבה יארן, פון אלע בחורים וואס האבן געלערט און זיין סביבה, איז געווען בערך צען בחורים מיט וואס ער האט מיט זיי קוים געהאט א שייכות, נאך צוואנציג וואס ער איז געווען גוט מיט, און פון צייט צו צייט אויסגעטוישט אפאר ווערטער מיט זיי, דערנאך איז געווען נאך בערך צען, וואס זיי זענען געווען פון זיין נאנטע רינגל חברים, און פון זיינע צען נאנטסטע, איז געווענליך דא איין אדער צוויי וואס מיט זיי איז מען מורא'דיג נאנט.

יעצט שטעל זיך פאר אז זיי זענען אלע נקיבות און עס קומט די צייט צו ווערן א חתן, וועמען וואלסטו אויסגעקליבן?? וואס איז די שאלה? אודאי וואלסטו גענומען דעם וועם דו קומסט זיך די בעסטע אויס מיט אים, מיט וועם דו האסט די מערסטע ליב צו פארברענגען, און פארשטייען זיך די בעסטע צוזאמען, נישט קיין נפק''מ אויב די טאטע'ס שטימען, נישט קיין נפק''מ אויב זיין טאטע האט געלט אדער נישט, און אויך נישט קיין חילוק ווי פלייסיג ער לערנט שובבי''ם, דו וועסט לעבן מיט וועמען דו פארשטייסט זיך די מערסטע, און מיט וועמען דו האסט די מערסטע א משיכת הלב צו אים.

יעצט וועל איך ענק אויסזאגן די סוד!! עס איז טאקע דא אזא ישיבה! עס הייסט בית חינוך לבנות, און דארט איז דא אלע מיני סארטן מיידלעך!! די פראבלעם איז אז דו קענסט קיין איינעם נישט, און די שדכן קען נאר קוקן אויף די נארישסטע זאכן ווי געלט, לערנען, וכו', און אלע אנדערע משוגעת'ן, מען גיבט נישט די בחור קיין שום אויסוואל, מען נעמט א בחור פון אכצן יאר וואס האט קוים געזען א צורת אשה, און מען זעצט אים קעגנאיבער א נקבה פאר א שעה צוויי, זיי רעדן אביסל, ער מאכט זיכער אז עס רינט איר נישט קיין שפייעכטס פון די מויל און אז זי קען אביסל שמועסן, און.... מזל טוב!! א נייע שידוך!! פארוואס נישט?

איך ווייס נישט צו די עולם כאפט ווי פארריקט דאס איז! האסטו אים אראפגעזעצט מיט די מיידלס חבר'טעס? ווייז אים אפשר א קלאס פיקטשער? אפשר איז די מיידל טאקע פיין לכשעצמה און די בחור אויך פיין לכשעצמו, אבער ווען זיי וואלטן געלערנט אויסגעמישט ווי און פאבליק סקול, וואלט דאס געווען זיין זיבעטע אדער אכטע אויסוואל, פשוט ווייל זיי קליקן נישט עכט, און הגם מען וועט זיך אפשר מסדר זיין מיטן לעבן, אבער פארוואס מיז מען צורויבן פון אונזערע קינדער דאס וואס וואלט געקענט זיין פאר זיי דאס בעסטע? מען מוז האבן א שטארקע מזל אז די שדכן זאל פונקט צוטרעפן דיין ''בעסטע'' חבר אויפן צווייטע זייט מחיצה.

אלץ חתן בין איך געווען פאר א נסיעה פון דריי וואכן אין אר''י, געדענק איך ווי איך האב דארטן אנגעטראפן א פרייע איד וואס האט געקענט ענגליש, און אונז זענען אריין אין א שטיקל שמועס, אינמיטן האב איך אים פארציילט אז איך בין א חתן, ער זאגט מיר 'זייער שיין! נא? האסטו ליב דיין כלה'? איך בין געבליבן אזוי שטיין פארגלייזט פון די ציוניסטישע, משכיל'ישע שאלה, אבער נאך א האלבע מינוט האב איך מיר געכאפט אז ער האט גארנישט געמיינט.. ער פרעגט די פשוט'סטע שאלה וואס קען נאר זיין, און דאס איז וויאזוי מען פרעגט ביי זיי, נא? ווען איז די חתונה? איך דארף נישט ענטפערן, יא! איך האב איר ליב! עס איז ווי א שאלה וואס דארף נישט קיין תירוץ, טא? אויב האסטו איר נישט ליב דאן פארוואס איז זי בכלל דיין כלה?

איך בין אוועק פונעם שמועס מיט א שטארקע בויכדרייעניש, האב איך טאקע ליב מיין כלה? איך ווייס קוים וויאזוי זי הייסט? וויאזוי קען איך איר בכלל ליב האבן? ער איז דאך פשוט נישט מער ווי גערעכט, מען דארף חתונה האבן מיט וועמען מען האט ליב, ניין?

מען האלט שוין אסאך יארן נאך די מעשה, און איך בין נאך ב''ה פיין חתונה געהאט, אונז קומען זיך גוט דורך און שלאגן זיך ווייניג, אבער די מחשבות לויפן מיר כסדר אין קאפ, איז זי טאקע מיין נומער איינס אויסוואל?, שוין מער ווי איינמאל איז מיינע אויגן געפאלן אויף איר שוועסטער, און אויף געוויסע פון אירע חבר'טעס, און איך וואונדער מיך, ווען די שידוכים צוגאנג וואלט נישט געווען אזוי פארקריפלט, צו וואלט איך נישט באקומען עפעס מער צוגעפאסט?

אלזא, פלעגן די שרייבערס שרייבן, וואס איז מיין לעזונג? וואס קען מען טון דערצו? דער תירוץ איז גאנץ א פשוטע, און איז גאנץ ענליך צו וואס די משנה זאגט אין תענית 'לא היה ימים טובים וכו' שבהם בנות ישראל וכו'...

מען דארף נעמען א גרויסע זאל, און אלע בחורים פון אכצן יאר און ארויף און אויכעט אלע מיידלעך פון די יארגאנג און ארויף זאלן זיך צוזאמקומען, יא!!! אהן קיין מחיצה!! לשם זיך טרעפן און באקענען לצורך שידוכין!!

מען זאל אנגרייטן גוטע עסן מיט טרינקען, (נישט קיין יין המשכר, עס זאל נישט ארויסגיין פון די גבולים) און אויסשטעלן אסאך טישן וכדומה מען זאל שיין פארברענגען איינער מיטן צווייטן, זיך טרעפן דיין בעסטע אפציע, זען מיט וועמען דיינע אויגן מאכן א גוטע קאנטאקט, מען זאל זיך אויפטוישן טעלעפאן נומערן און מען זאל טרעפן דער וואס איז די בעסטע צוגעפאסט פאר דיר!

מען זאל דאס טון איינמאל א חודש, און פארשטייט זיך אז די פאר וועלכע זעהן אויס די מערסטע צוגעפאסט, וועסטו אנהאלטן קשר אויפן טעלעפאן און אויך זיך טרעפן אין אנדערע צייטן און אנדערע פלעצער..

און... לדעתי וועט ביז דריי חדשים נישט זיין קיין אלטע בחורים אדער אלטע מיידלעך, עס וועלן ווערן אמת'ע פיינע צוגעפאסטע שידוכים, בעסער ווי די בעסטע שדכנים וועלן אמאל קענען צושטעלן, און שלום על ישראל!

יא, עס הערט זיך קאטערווערסיאל, אבער... האסט א בעסערע עצה??
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 265 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר