וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

שליחה דורך העניך »

כ'גיי על דרך דעם אשכול, אבער אזוי ווי דארטן ווערט אנגעפירקלט מיט די אויבער-חכמים און חצי-אפיקורסים וואס דארפן אין יעדער זאך אריינרוקן אגענדעס און צינישקייט, פאנג איך אן א נייעם שמועס אויף אביסל אן אנדערן אופן, וואו כ'וועל אי"ה פארמעקן אומפאסיגע ענטפערס.

וועלכע היינטיגע רבי'ס קענסטו מחשיב זיין אז זיי זענען ערליכע אידן?

עס זענען היינט דא אסאך רבי'ס, און ווי צדיקים האבן שוין פאראויסגעזאגט פילע יארן צוריק וועט זיין א מצב וואס רוב רבי'ס וועלן זיין פון די ערב רב און רשעי ישראל. מ'דארף נישט זיין אזא גרויסער מאמין אין נביאות פון אמאליגע צדיקים צו זען בחוש ווי דאס איז פולקאם מקויים געווארן היינטיגע צייטן, ווען רוב רבי'ס, וואס זייער הויפט אויפגאבע דארף צו זיין לערנען מיט אידן תורה ויר"ש און געבן חיזוק והתעוררות, זענען פארנומען בויען אימפעריעס פון כבוד און געלט, פארכאפן זייערע חסידים אין א איפראסטרוקטור פון וואו ס'איז נישטא קיין וועג ארויס, און פייניגן זייערע מענטשן בגשמיות וברוחניות.

ווען מ'רעדט פון רבי'ס וואס פירן אן א גרויסער חסידות קען מען כמעט אויטאמאטיש אפ'פסל'ען אז ער איז גאנץ זיכער א דורכגעפוילטער רשע וגס רוח. אפשר זענען דא אייניגע אויסנאמען, אבער אין אלגעמיין, ווען מ'רעדט פון א ראביסטעווע וואס אנשטאט דער צענטער פונעם רבינ'ס אויפגאבע זאל זיין משפיע זיין תורה ויר"ש איז עס אז מ'בויט אן אימפעריע פון מוסדות וכו' וואס גייט אריבער בירושה מדור לדור, נעמט עס איין דור, אדער מערסטנס צוויי אדער דריי דורות ביז דער רבי אין שפיץ איז א פסיכאפאט, נארציסיסט, אדער פארמאגט אנדערע גרויליגע אייגנשאפטן צו וועלכע די חסידים ווערן נעבעך משועבד.

אשר על כן איז נישט קיין חידוש אז צווישן די רבי'ס וואס איך רעכן אויס זענען רוב פון זיי אייגן געמאכטע רבי'ס, אדער אזעלכע וועלכע פארמאגן נישט קיין מוסדות וכדומה, און האלטן נישט קיין חסידים האסטעדזש אן קיין וועג ארויס.

נאך א נקודה איבער די רבי'ס וואס איך האלט אז זיי זענען ערליכע אידן: נישט מיט אלע פון בין איך מסכים מיט זייערע שיטות!
מיין שאלה איז נישט דא ווער זענען די רבי'ס מיט וועמען איך בין מסכים. מיין שאלה איז ווער זענען די רבי'ס און מנהיגים וואס כ'שפיר אז זיי מיינען עס ערנסט, זיי זעען זייער עיקר תפקיד צו דינען דעם אויבערשטנ'ס פאלק און דא זיין לטובת כלל ישראל. אזעלכע וואס ס'קוקט מיר אויס אז זיי זענען ראוי לאותה איצטלא צו דינען אין דער פאזיציע פון א רבי אדער גוטער איד -- אפגעזען צי כ'האלט אז זיי פארמאגן די ריכטיגע מיינונגען.

פאלגנד איז א ליסטע פון רבי'ס וואס כ'קען אויפ'ן מאמענט טראכטן אז זיי זענען ראוי לאותה איצטלא.

האדמו"ר מאמשינוב
האדמו"ר מסקולען
האדמו"ר מקאסוב (רבי שרגא האגער)
האדמו"ר מוויען
האדמו"ר רבי שאול אלתר
הרב מיילעך בידערמאן
הרב צבי מאיר זילבערבערג

(כ'וועל פארמעקן ענטפערס וואס זענען ליצנות'דיג אדער ציניש)
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 145 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר