פלאפלערייען!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

פלאפלערייען!

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יעדער וויל וואוסן, וואס איז געשעהן אז רבינו הקדוש עפנט אן אשכול סתם אזוי אין א געהלען זונטאג? וועל איך אייך זאגן זייער פשוט, איך בין אין א שלעכטע גוסטע היינט, ווי אויך האט היינט מופיע געווען אן אשכול דא אין שטיבל ווי איינער פון די חשובע חברים האט זיך אויסגעגעבן זיין ביטערניש, האב איך אפגעמאכט ביי מיר זיך אויך ארויפצוכאפן אויפ׳ן וואגן און אויסגעבן מיין ביטערניש און ווענטן אביסל, און די היינטיגע נושא וועט זיין, פלאפלערייען!

וואס מיין איך מיט פלאפלערייען? וועל איך ממשיל זיין מיט א משל, מיט א צייט צוריק בין איך געזעצן אין שפיטאל ביי מיין באבען ע״ה׳ס קראנקענבעט, יענעם שבת איז געווען מיין רייע צו זיצן ביי איר בעט און צוקוקן ווי זי גייט אויס ווי א ליכט. שוין, זיץ איך מיר דארט אזוי און שמועס מיט מיין קאזין על דא ועל הא ווען אינמיטן גייט אדורך א מענטש מיט א שטריימל און בעקישע און גרוסט מיר אזוי, ער קוקט אויף מיין באבע און אויף מיר און זאגט מיר גוט שבת און גיבט א פלאפל ארויס ״זאל זי האבן א רפואה שלימה בקרוב!״ איך האב געפילט ווי איך כאפ א סטראוק, וואט די העק מיינט דאס א רפואה שלמה?! און איך גיב מיך א רוף אן צו איהם, ״האלאו רעב איד, מיין באבע איז שוין איבער די ניינציג און זי האלט שוין אט אט ביים שטארבן, וואס האקסטו רפואה שלימה אין קאפ אריין?!״ דער גאון הגאונים האט ניטאמאל געכאפט וואס איך וויל פון איהם, ער האט זיך פאררויטלט אביסל, זיך אונטערגעמורמלט עפעס און געגאנגען ווייטער. דאס מיין איך מיט פלאפלערייען, איך בין זיכער אז ווען דער וואוילער איד האט געזאגט די ווערטער ״רפואה שלימה״ האט ער נישט געמיינט אז נאך א יאר צייט פון גארנישט טוהן אויסער שלאפן וועט מיין באבע מארגן צופריה אויפשטיין און זיך פלוצלונג נעמען רעדן און גיין כאחד האדם, וואס דען האט ער געמיינט צו וואונטשן? גארנישט, אבי געפלאפלט, ארויסגעפארצט אפאר ווערטער און זיך געגאנגען ווייטער חוש׳ן לאורך ימים טובים.

נאך א משל: לעצטע וואך האב איך אויסגעהערט א שיעור פון עפעס א מקובל וואו בתוך הדברים האט ער פרובירט מסביר צו זיין פארוואס מ׳טאר נישט אנטפלעקן די קץ הימים, האט ער געזאגט אזוי. ס׳דא הייליגע אידן וואס ווייסן פונקטליך ווען די קץ וועט זיין, נאר וואס דען? די קץ איז אזא באהאלטענע זאך אז אפילו מ׳ווייסט עס קען זיך עס אבער נאכאלץ טוישן, און אויב מ׳אנטפלעקט עס פאר איינער וואס איז נישט קיין מאמין אינגאנצן נעמט מען א ריזיקע אז ס׳וועט זיך טוישן און דערנאך וועט ער צוריקקומען מיט טענות הלמאי דו האסט געזאגט אז משיח וועט קומען ביז דעם טאג אבער ער איז למעשה נישט געקומען? און איך שטיי און איך וואונדער מיך, אויב דו זאגסט אז אפילו אויב מ׳ווייסט עס קען זיך עס נאכאלץ טוישן איז ביי דעפינישן ווייסטו עס נישט, איא? אויב קען זיך עס טוישן וואס מיינט די ווארט ״וואוסן״? וואס פונקטליך ווייסטו מער פון איינער וואס ווייסט נישט? אבי געפלאפלט און געפלוידערט.

באמת האב איך נאך אסאך צו שרייבן איבער דעם נושא נאר ס׳שוין געקומען די צייט זיך אנצושפארן וועל איך עס לאזן ביי דעם, ווער ס׳האט וואס צוצולייגן זאל זיך נעמען די COVID און מיטטיילן זיינע געדאנקען איבער די נושא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר