דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

דער שיינע בחור (ברייטע אפהאנדלונג)

שליחה דורך ברוינשטיין »

דאַר און שיין בין איך געוועזן מיט לויז פליענדיגע פייקעלעך ברוינע זין אפגעברענטע הויט וועלכע זענען געווען פריש ווי ניי געבאָרן.
דין בין איך געווען ווי א שטעקן, און קיין פלעק אויף מיר איז נישט געווען צו באקומען, מיין פנים האט געטראגן אויף זיך צוויי רויטע באקעלעך וועלכע האבן צעלאזט דאס הארץ פון אלע וואס האבן מיר נאר אנגעקוקט.

מיין יונגע פריינדליכע שמייכל וואס האט אנטפלעקט א רייע פון שניי ווייסע ציינדלעך האט געטוהן שיקן פיטער פליגן אין די קישקעס פון די גרויסע טאטעס, און מיין קליינע זיסער פערסאנאליטעט האט צעלאזט דאס הארץ פון אלע מלמדים משגיחים באס דרייווערס מקוה אידן היטש געבערס וכדו'.

היינט בין איך שוין ב"ה אויפגעוואקסן, מיין יונגע פענימל איז שוין באוואקסן געווארן מיט א צוויבל בארד, דער דינער גוף מיינע לויפט שוין אויף דייעטע, און די זויבערע הויט ווארפט שוין ארויס פימפלעך אויף דער אמאל אויסגעפלאסטערטע לאַב.

טייל מאל ווען איך פארברענג מיט מיינע גוטע פריינד און דער שמועס פארט אריין אין די נושא פון פעדאפילן זענען מיינע חברים היפש קאלט צו די טעמע. א טייל פון זיי זאגן מיר אז זיי ווארענען ניטאמאל אן זייערע קינדער, איך פרוביר זיי אלץ צו אויפמערקן ווי וויכטיג עס איז צו ווארענען, און ווי שעדליך דעי קראנקע לייט זענען.

דער חילוק צווישן מיך און זיי איז, אז איך קום פון דארט, איך ווייס די ציפערן, איך האב בייגעוואוינט דאס וואס זיי קוקט אויס ווי אויפגעבאקענע נחום ראזענבערג מעשה'ס, פאר זיי איז די גאנצע נושא זעלטענע פעלער פון אויסגעשפראכן קראנקע נפשות וועלכע לאקערן אויף אפאר נעבעכדיגע קינדער.
זיי ווייסן נישט אז דאס נעמט אריין גרויסע פראצענטן פינעם ציבור.
טייל מאל זענען מיינע חברים אליינס אביסל קראנק אבער זיי וועלן ניטאמאל זיין באוויסטזוניג מיטן פאקט אז זיי ליידן פון אומגעזונטע תאווה'ס אבער אויף דאס פארלאנגט זיך שוין א באזונדערע ארטיקל, וואן דעי.

אנדערש פון סתם קינד און קייט וואס שטויסט זיך פון צייט צו צייט אן מיט די נישט גוטע, אבער זעהט דאס ווי א קליינע פראצענט און ווי א זעלטן קראנקע געדאנק, בין איך געשווימען אין א וועלט וואס האט געבראכט פאר מיינע אויגן א אבנארמאלע מאס פון נאכלויפער פעדערפילן מאלעסטארן און סתם הינגעריגע מאסן. פון תורה געשעצטע ביז טעקסי דרייווער, פון בחורים ביז זיידעס, פון שיינע יודן ביז ליטווישע באָמעס, פון חתונה געהאטע ביז גרושים, און פון ארימע ביז רייכע.
 
דאנק גאט אז איך בין געוועזן פיין אויפגעקלערט און איך האב גרינג געקענט ליינען די געזיכטער פון די נישט גוטע אויגן, מיט א דשורנאליסטישע אויג בין איך ב"ה באשאנקען געווארן און קיין נאר בין איך אויך נישט געוועזן.

ווען איך זאג אז איך בין געווען אויפגעקלערט איז דאס פארשטייט זיך נישט ווי א דרייסיג יעריגער אינגערמאן, און אויך נישט ווי א צוואנציג יעריגער, כ'האב אבער געוויסט און פארשטאנען מער ווי רוב פון מיינע חברים. ס'איז שווער צו שילדערן פינקטליך וואס איך האב יא פארשטאנען און וואס נישט.

ווי אויך וויל איך קלאר מאכן אז נישט אלעס וואס איך גיי שרייבן דא בין איך דאן געווען אויפמערקזאם, נאר היינט ווען איך טראכט צוריק הייב איך אן כאפן וואס דעמאלטס האט פאסירט.

ווי אויך וויל איך דא געבן א גרויסע דאנק פאר מיינע צוויי חשובע עלטערן וועלכע האבן ב"ה פיין פארשטאנען מיין מצב.נכאטש איך בין דאן נישט געווען אויפמערקזאם ווי שטארק זיי פארשטייען צו מיר, זעה איך היינט ווי שטארק זיי האבן זיך געטון פאר מיר זארגן, זיי האבן מיר כסדר באווארענט און אנגעזאגט צו שטיין ווייט פון די פארדעכטיגטע.

מיין טאטע איז א איד וואס טוט און חינוך ער איז א מלמד אין חדר, ווי אויך איז ער א חתן רבי, ווייניג פארשטייען די פראבלעם אזוי גיט ווי מיין פאטער, בכלל איז ער א ברייטע קאפ מיט א טיפע און קלארע פארשטאנד.

ווען איך פלעג אהיימגעקומען און דערציילט אז איך האב געכאפט א היטש, אויב איז עס געווען שפעטער ווי צען אזייגער האבן זיי געקרומנט מיט די נאז, און מיט רעכט פארשטייט זיך.

מיינע עלטערן האבן געוויסט אז איך בין נישט קיין תמים און אויך נישט קיין פחדן, אבער דאָך האבן זיי גוט פארשטאנען אז דאס איז א שפיל מיט פייער!

זיי האבן מיך אויך צוגעשטעלט א פריוואטע באגלייטער וואס האט מיך געהאלפן מיט א מורא'דיגע געטריישאפט. בעיקר האט ער געארבעט אויף מיר אז איך זאל חלילה נישט טון, און בעיקר נישט ווילן טון מיט בחורים, און געארבעט אויף מיר אז מיינע תאוות זאלן בלייבן געזונט אין אזעלכע שטורעמישע יארן, ווען יעדע צווייטע דורשטריגער האט מיר געלאקערט, דאס האט אפגעקאסט שווערע געלטער פאר מיינע חשובע עלטערן און ב"ה ס'האט זיך אויסגעצאלט.

שכוח שכוח שכוח זאלן זיי לעבן ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט, אמן.

__-__

חדר:

איך וועל אנהייבן אין חדר דאס ארט ווי פילע קלאגן אז זיי זענען געווארן סעקטואל געטשעפעט.
מיין פערזענליכע געדענקענישן זענען דייקא יא ריינע, חוץ איין מלמד מער פון די עלטערע כיתה'ס שפיר איך אז ער האט געהאט א שטיקל קראָש אויף מיר אבער נישט מער פון דעם, איך בין געווען אביסל זיין פּעט אבער ס'מיינט גארנישט ווייל איך בין געווען באמת א וואויל קינד.

איך קלער אז די סיבה פארוואס אין די חדר יארן האב איך נישט געהאט קיין געשענישען, איז וויבאלד איך בין נישט געווען אנדערש פון סתם קינדער, יעדער זעהט אויס יונג און זיס. אבער ווי עלטער איך בין געווארן אלץ מער האב איך געקענט שמעקן די גערוך פון פאר'תאווה'טע אויגן.

איך בין נישט קיין פחדן, איך האב געהאט א שארף צינגל, און אויב א מלמד זיכט א קרבן וועט ער לכאורה ליבערשט לאקערן אויף עפעס א נעבעכדיגער האָזל ווי איידער טשעפען מיט א מויל מאכער בן פון א נישט פארקוועטשטע טאטע וואס וועט איהם איינשפאַרן אין טורמע אויף אייביג.

---*---

ווי דארפסטו אנקומען? האט דער האָריגער געשטאלט זיך געלאזט הערן.

איך גלייב נישט אז דו פארסט ביז דארט אבער קענסט מיך אראפלייגן ביים יענע און יענע קאָרנער.

די ביסט אזא זיסער צדיק'ל איך וועל דיר צו-טראגן ביז ווי דו דארפסט גיין, וויאזוי הייסטו? פשי א זיסער נאמען, ווי לערנסטו? פשי האַ זייער שיין.

דער אלטע דשעלאַווע קאר איז נאך אלץ געווען אויף פּאַרק, זיין סחורה'נע זיץ איז געווען היפש שיף אראפגעלייגט, נישט ממש ליגנדיג אבער מער שיף ווי סתם מענטשן לייגן זייער זיץ.
די אינטערשטע זיצן זענען אנגעלייגט מיט קאר-סיטס און דשאָנקַ (א פאפולערע טאקטיק פון פעדאפילן אז מען זאל מוזן זיצן אין פארנט.)
די גלאז פון זיין גלעזער זענען אלט און געהל, ער איז אום'ציזאמגענומען און ער קוקט מיר אָן.
איך וואלט געזאגט אז ער איז בערך אין די דרייסיגער יארן, מן הסתם א גרוש וואס האט ווייניג חברים, ער זעהט דווקא אויס חסידיש, אבער אביסל אינטערסאנט.
אזוי טרעף איך זיך זיצן אין א פארקירטע אויטא שפעט אין א ווינטער נאכט.

ער נעמט זיך פארן שטייט אזוי אז ער זאל קענען בלייבן מיט מיר ווי לענגער.
כסדר דרייט ער אויס זיין קאפ צו מיר פרעגנדיג נארישע שאלות וועגן מיין משפחה און ווי אזוי איך שפיר.
איך האב אויפגעכאפט אז ס'איז נישט בסדר, פון איין זייט וויל איך זעהן וואס דא וועט זיך אויסשפילן און דאס קענען דערציילן פאר מיינע חברים.
אבער פון די אנדערע זייט הייב איך אן שפירן זייער אומבאקוועם, עס איז א אומבאקוועמקייט וואס מען קען נישט באמת מסביר זיין, כ'האב געפילט ווי איך וויל ברעכן פון די וועג וויאזוי ער באגייט זיך צו מיר, כ'האב אבער באשלאסן יא צו שפילן תמימות'דיג און לאזן די נאכט זיך אויסשפילן.

ווי אלט ביסטו? האט ער מיר געפרעגט מיט אן עקלדיגן שמייכל.

זעכצן יאר, האט מיין דערשראקענע צוועלעף יעריגן קול זיך אנגערופן.

נע, די זעהסט נאך אויס ווי דרייצן יאר (ער טיט שמייכלען צו מיר )

אמת, האב איך געשאקלט מיין קעפעלע שיף אויף רעכטס.

(מען דארף פארשטיין איך בין טאקע געווען יונג און געריבן, און כ'בין נישט קיין גרויסע פחדן, אבער ווען עס קומען צו די סארט סיטואַציעס שפירט מען שטארק מעניפולירט. ס'איז שווער צו שילדערן פינקטליך פארוואס, אבער א דוגמה, אז ער האט נישט אנגעהויבן גלייך צו פארן, דאס גיבט איהם א פסיכאלאגישע אויבערהאנט.)

רוב בחורים אין דיין עידש הייבט זיי שוין אן וואקסן א שטיקל בערד'ל, ניין?

יא, יא, ס'וועט קומען מיט צייט, פרוביר איך צו פירן דעם שמועס ווי כאילו איך כאפ נישט וואס ער וויל.

ער גיבט מיר א קניפּ אויפן באק. דיינע באקן זענען זייער הייס כ'זאל עפענען אביסל די פענסטער?

ניין, ס'איז אקעי, האסט געדארפט דא מאכן א לינקס דו פארסט ארויס פון וועג.

איך גלייב נישט אז די6 האסט א פראבלעם צו בלייבן מיט מיר נאך אביסל, אונז האבן נאך אסאך צו רעדן און צו טון (שמייכל).

וואס הייסט צו טון? פרעג איך מיט געמאכטע תמימות.

נישט ממש טון, איך מיין צו זאגן רעדן, אפשר קענען אינז גיין צו א פארק שפאצירן, איך זעה אז דו האסט אסאך אויף דיין הארץ, קענסט זיך אויסרעדן צו מיר, איך פארשטיי זייער גוט צו בחורים, וועסט פילן אסאך אסאך רוהיגער נאך וואס דו רעדסט זיך אויס צו מיר.

ניין, איך האב מיך נישט וואס אויסצורעדן, טראג מיך אהיים און שוין. איך האב געשטעלט מער א שטייפערע טאון ווי פריער אבער נישט גענוג אז ער זאל באמערקן אז איך כאפ וואס דא גייט פאר.

אקעי נאו פראַבלעם, אבער אונז זעמער נאך אלץ גוטע פרענדס, יא?

ער לייגט אריין די קאר אין פארק, און שטרעקט אויס זיינע מניוול'דיגע הענט און זאגט מיר קלאפ אריין.
כ'האב אריינגעקלאפט און ער האט שטארק געטון דריקן מיינע פינגערס, ער האט שטייטלעך אויפגעלעזט זיינע הענט גלעטענדיג מיין האנט.

"איך זעה אז דיינע הענט זענען קאלט, קענסט אריינלייגן דיין הענט אין מיין האנט".

איך האב אזוי געטון און געשטעלט א פנים פון תמימות, אבער נאך צוויי סקעונדעס האב איך דאס צוריקגעצויגן פרעגענדיג דערביי פארוואס ער וויל דאס.

ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיין שאלה נאר מיך געזאגט  דיינע הענט זענען טשעפּט.

ער שלעפט ארויס א קליינע וואזעלין און פרעגט מיר אויב ער מעג דאס שמירן אויף מיינע הענט.
ער קוקט מיר אָן, זיין אָטעם איז אביסל פארשווערט, און זאגט מיר, די איינציגע זאך אויף דיין באַדי וואס איז נישט סמאָד זענען דיינע הענט, עס איז שאָד, לאמיך דיר אנשמירן ס'זאל זיין גליטשיג, (ער שמייכלט נאכאמאל)

איך האב אנגעהויבן שפירן שטארק איבלדיג, אבער מיין רייץ צו זעהן וויאזוי ער וועט גיין פון דא און ווייטער האט באזיגט דאס עקלשאפט וואס לויפן דורך מיינע ביינער.

איך האב אויסגעשטרעקט מיינע הענט, און ער הייבט אן שטייטלעך צו שמירן, מיט איין האנט שמירט ער טאקע און קוקט מיך אן, אבער זיין לינקער האנט פארט צו זיין זיפּער, ער הויבט זיך אָן זעלבס קוועטשן אויף זיין פריוואטע ארט און הויבט אן אטעמען שווערער...

דאן האב איך באשלאסן אז ער האט איבערגעטרעטן דעם רויטן ליניע, און דאס איז עס, ביז יעצט איז עס געווען א פיינער שפיל און א אינטערעסאנטע עקספיריענס, אבער דאס איז שוין צופיל.

טראג מיך שוין אהיים, האב איך שטייפערהייט געזאגט, יעצט!

ער האט זיך אביסל דערשראקן אבער ווי די שטייגער גייט מיט דעי חברה איז, זיי גיבן נישט אזוי שנעל אויף.
ווען ער איז שוין געווען כמעט ביי מיין הויז האט ער מיר אנגעהויבן משוגע מאכן אז איך זאל איהם גיבן מיין נאמבער.

איך קען דיר טראגן אויף אינטערעסאנטע פלעצער, לאמיר זיין בקשר, איך בין דיין פרענד, האט ער א פארלוירענער זיך פארענטפערט פרובירנדיג צו ראטעווען זיין פארמעגן.

כ'האב איהם געזאגט אז איך פארמאג נישט קיין סעלפאן און געזיצן שטיל ביז ער איז אנגעקומען צו מיין הויז.

דער קאר קומט צו אַן אפשטעל.

איצטערט קומט מיין חלק אויף וואס איך ווארט שוין צוואנציג מינוט, איך וועל עפענען מיין פיסק און איהם דערשרעקן ביז גאר.

איך האב מיר געגעבן א זעץ אויף און ציזאמען געלייגט מיינע צוויי הענט אויף מיין שויס.
כ'האב איהם שארף אריינגעקוקט אין די אויגן:
דו מיינסט איך ווייס נישט ווער דו ביסט?
איך ווייס פונקטליך ווי דו וואוינסט, און איך ווייס פונקטליך וואס דו האסט געוואלט פון מיר...
איך האב געעפנט דעם טיר און ארויס פון קאר, איידער איך האב פארמאכט דעם טיר אויף דעם דערשראקענעם מאלעסטער האב איך איהם מיט זיכערקייט געזאגט ווי פאלגנד, איך גיי דיר איבערגעבן פאר די פאָליס און מען גייט דיר ארעסטירט, דו וועסט זיצן אין תפיסה ביז דיין טויט!  

זיינע הענט האבן אנגעהויבן שאקלען ווי גלאקן, און זיין רויטע פנים איז פארענדערט געווארן צו א בלאַסע.
נאך איידער ער האט עספיעט צו זאגן א ווארט האב איך דעם טיר פארקלאפט אויף איהם.

ער האט אראפגעדריקט דעם גאז און שנעל ארויפגעצויגן ספּיד,
כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז דער אלטע דשעלאַווע קאר קען פארן מיט אזא שנעלקייט.
אפגעפיצט, און פארשווינדן געווארן.

כ'האב איבערגעגעבן פאר די עסקנים א דיסקריפציע פון איהם, וואס זיי האבן געטאן צו דעם ווייס איך נישט. ווען איך האב ווען די שכל פון היינט וואלט איך איהם איבער געגעבן פאר די פאליציי.

מען דארף פארשטיין אז איך בין געווען זייער א שטייפער און איך האב אנגעקוקט די גאנצע זאך ווי א שפיל איך פלעג מיך וואונדערן פארוואס די פעדאפילן פרובירן בכלל, וועלכע בחור איז מסכים צו גיין מיט א בערדיגן חריק?

היינט בין איך אביסל עלטער און איך הייב אן באגרייפן ווי מאניפולירנדיג די חברה זענען.
איינער וואס איז מער א שוואכערע סארט פערסאנאליטעט קען זייער גרינג אריינפאלן אין זייער שמוציגע הענט, ווי אויך זענען פארהאן קינד-מעלעסטארן וואס צווינגען אדער סטראשענען, מיט דעם האב איך ב"ה נישט קיין עקספיריענס.
 
בנוסף צו דעם האבן גאר אסאך פון מיינע חברים זיך אויסגעפאקט זייערע געשיכטעס צו מיר, איך בין נישט קיין פסיכאלאג אבער דער אייבישטער האט מיר געשאנקען עפעס א טאלאנט צו קאנעקטען מיט מענטשן אויף זייער א פערזענליכע אופן, דאס פירט צו דעם אז פילע האבן מיר דערציילט זייער טראמע פון עביאז.
גלייבט מיר אז די מעשיות זענען ביטער און שרעקליך!

איינע פון די פאפולערע טעכניקן וואס די בארבארישע נפש-רויבער ניצן איז ווי פריער דערמאנט מאניפולאציע. זיי וועלן דיר גיבן מתנות און טובה'ס, זיי וועלן טרעפן ווי דו דארפסט הילף וואס דו וועסט זיי דערנאך שטארק דאנקבאר זיין, דערנאך האבן זיי דיך אין נעץ, זיי וועלן דיר מאכן שפירן אז אויב די טיסט נישט וואס זיי בעטן... ביסטו א כפוי טובה.

פארשטייט זיך אז זיי הויבן אן צוביסלעך, זיי זאגן דיר אז ס'איז נאר פאר א האלבע מינוט און אז דו דארפסט גארנישט טון וכדו'. די ענדע איז אבער זייער זייער ביטער.

די קליינע נשמה'לעך גליטשן זייער גרינג אריין אין זייער פאסטקע.

אסאך פון די וועלכע האבן מיר דערציילט זייערע איבערלעהבענישן זענען נאך עד היום הזה אטראקטאירט צו מענער, און טייל פון זיי ציען אויסשליסליך נאר צו זכרים.

זיי באוויינען זייער שווערע מצב.
יא, זיי וויינען עכט, עס איז א מין טראומע וואס א אויסערליכן קען נישט אינגאנצן פארשטיין אריינגערעכנט איך אליין, וויפיל איך הער און שמעוס מיט זיי, קענעך נישט אינגאנצן באגרייפן די גייסטישע פּיין וואס זיי גייען אדורך.

(אויב איינער דא אין קאווע שטיבל איז געווארן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] געטשעפעט זאל ער ביטע נעמען דעם פעדער אין די האנט און אראפשרייבן די פיינפולע געפילן וואס מען שפירט. איך מיין עס איז זייער וויכטיג פאר מענטשן דאס צו פארשטיין, שכוח.)

---*---

מזל טוב מזל טוב. עס איז צו אונזער משפחה געבוירן געווארן א יונגל בעיבי.
מיינע קליינע געשוויסטער האט מען געדארפט ציטיילען ביי משפחה און גוטע פריינד.
זייענדיג די עלסטע אינדערהיים האבן מיינע קלענערע ברידערס נישט געוואלט איינשטיין ביי פרעמדע אן מיר.
איך האב געטון די טובה פאר מיין מאמע און מיטגעגאנגען מיט די צוויי קלענסטע צו מיין טאטע'ס חבר וועלכע איז א שטיקל עושר.

ער איז אלץ געווען שטארק פריינדליך צו מיר און איך האב געשפירט זייער באקוועם צו זיין א גאסט זיינער.
כאטש וואס איך בין שוין דאן געווען פופצן יאר אלט און עס האט מיר גאנץ קנאפ געשמעקט צו איינשטיין ביי א פרעמדן, איז ער געווען דאס פאסיגסטע וואו איך זאל מיר שפירן איינגענעם, ער האט אלץ געהאט א גוט ווארט צו מיר, און דערצו איז זיין היים אלץ געווען א ווארעמע און פיין צוגעשטעלט .

מיין טאטע'ס חבר (פאמיליע חברים) איז אנגענומען אלץ א אויפריכטיגע מענטש און א טראסטבארע ביזנעס מאן, ווי אויך טיט ער אין עסקנות אפט מאכענדיג טיי פארטיס פאר משפחות אין נויט.
פון דרויסן זעהט ער אויס ווי א שטאטס מאן גייענדיג אנגעטאן זייער קלאסיש און רייך, זיין בארד איז אייביג שיין ציזאם גענומען אין א העיר ספרעי קנאבל און טראגט אלץ א טייערע זייגער אויפן האנט.

זיצנדיג אינעם דיינעט שפעט ביינאכט זעמער אינז ביידע געווען שטארק אויפגעלייגט, מען האט געשמעוסט פון דאס און יענץ איבער די שמחה און איבער סתם וועלטליכע איינגעלעגנהייטן.
די הויז איז שוין געשלאפן, און מיר זענען אריינגעפארן אין א טיפערע שמועס וויאזוי איבערצוקומען שווערע געפילן.

איך האב געטון מערקן ווי ער פארלירט צעביסלעך זיין קאנ ענטראציע,
ווען פלוצלינג האט ער ארויסגענומען זיין טייסטער, און פון דארט ארויסגעשלעפט עטליכע הונדערטער באנקנאטן.
זיין פנים איז געווארן זייער ערנסט און זיינע שיך האבן אנגהויבן שאקלען פון אומרוהיגקייט.

איך האב איהם געפרעגט וואס דעי געלט מיינען אבער צי מיין שאק האט ער גארנישט צוריק געענפערט נאר געוויזן מיט זיינע אויגן און קאפ אויף רעכטס צום ספרים צימער.

איך האב גלייך געכאפט וואס ער וויל פון מיר, אבער איך האב נישט געקענט ארויסרעדן קיין ווארט איך בין דארט געזיצן דערשראקן און געפלעפט.
נאך פאר וואס ווען וואו האט ער זיך אויפגעשטעלט און מיר געוויזן איך זאל אריינקומען מיט איהם אין ספרים שטוב.

געשפירט האב איך אז איך קען איהם נישט אפזאגן, ער איז דעי טעג געווען פאר מיר ווי א טאטע, ער האט זיך באמת איבערגעגעבן פאר מיר מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, דערצו איז ער געווען ביי מיר זייער אן ארויפגעקוקטע פערזענליכקייט. ווען ער זאגט עפעס זאגט ער דאס מיט א זעלבסטזיכערקייט און זיין ווארט איז א ווארט.

א קיצל איז מיך דורכגעלאפן אין הארץ זעהנדיג ווי זיין ביז היינטיגע אויפריכטיגע פנים ברענט ווי פייער.
איך ווייס נישט וויאזוי, אבער ערגעץ וואו האט מיין מוח געהייסן פאר מיין מויל ארויסזאגן אט די ווערטער, סאַרי אבער איך קען דעיס בשום אופן נישט טון.

ער האט מיר געוויזן א פנים וואס זאגט מאך דיך נישט נאריש, ס'גארנישט.
אבער נאכן אפזאגן א צווייטע מאל האט ער פארשטאנען אז איך בין שטארק אנטשלאסן.
ער האט מיר געגעבן די געלט ווייזענדיג מיטן פינגער אויף זיין מויל אז איך זאל מיר האלטן שטיל וועגן די גאנצע מעשה.

דורכאויס מיינע בחורישע יארן האט איך געהאט גוזמאות'דיגע ציפערן פון אזאנע סארט פעלער.
רוב פון זיי לויפן בערך אויף די ספעקטרום פון די צוויי אויבן דערמאנטע מעשיות.
רוב זענען טאקע מער פון די היטש סארט חברה, אבער עס האט זיך געמאכט מער ווי איין מאל וואס מער עליטע מענטשן האבן מיר געבעטן אדער מרמז געווען.

---*---

ביי די אכצן יאר בין איך געפארן לערנען קיין ארץ ישראל אין מיין רבי'ס ישיבה.
דארט האבן זאכן באמת אנגעהויבן פארן אויף רעדער.

בשעת ווען מיינע חברים לאזן בליען גרויסע פעלדער און יערן זיך ווי חמץ טייג, בין איך געווען א בחור מיט באמת א שיינע צורה. מיינע בלאנדע פיאות זענען געווען עפעס הערליך שיין, און מיינע צאָן זענען געשטאנען אין א רייע ווי באצירטע סאלדאטן דאס צוזאמען מיט מיינע פעך שווארצע אויגן האט מיר געמאכט אויסקוקן פאלש!
איך האב באמת נישט קיין טענות אויף קיינעם ווייל איך האב באמת אויסגעקוקט ווי א מאדעל.

א גרויס טייל פון די הנהלה אין ישיבה האבן זיך געלעקט צו מיר אויף א פארנעם וועלכע האט מיר טיילמאל פאראיבלט פון זייער אנוועזנהייט.
עס איז געווען קלאר אז זיי קראָשן מיר. וויבאלד מיין טאטע מוטשעט זיך מיט פרנסה, און איך זעלבסט פלעג שטארק איבערדרייען די ישיבה, ממילא איז נישט געווען קיין צווייטע סיבה פארוואס זיי ליבן מיר אזוי.

עס איז אפילו אמאל געקומען צו א מצב אז די רבי האט מיר פערזענליך אריבער געריפן און מיר געמוזט אריינגעבן אין באבנ'ס באבע אריין.
אבער די הנהלה עכ"פ רוב הנהלה זענען געווען קראנק פאר מיר.
געשפירט האב איך ווי דעם כבשה אחת בין שבעים זאבים.

איין טאג, געוועזן בין איך שוין דאן ניינצן יאר, בין איך געווען אין חיפה באזוכן א קרוב מיינע.
נישט האבנדיג קיין וועג צום באס סטאנציע האב איך זיך געשטעלט פאר א היטש,
אפגעשטעלט האט זיך א קליינע אוטא, דער דרייווער איז געווען א פרייער פארשוין נארמאל אהערגעשטעלט א טשופיקע טישערט וכו'
ער האט גלייך אנגעהויבן מיט די פעדאפיל סארט טעכניקן.
איך האב עס נישט גלייך באמערקט ווייל עס איז מיר נישט איינגעפאלן אז א פרייע פארשוין וועלכע אויף זיין "סקרין סעיווער" איז דא א בילד פון זיין ווייב מיט קינדער זאל לאקערן אויף א חרידישע בחור.

וואונדער איבער וואונדער, ער ניצט די זעלבע סארט טעכניקן ווי די היימישע דשעלאַווע קארס!
ער האט כסדר פרובירט צו קומען אין בארירונג מיט מיינע הענט, געגלעט מיין פנים, מיר געגעבן אינטרעסאנטע קאמפלימענטן, און זיך געמאכט ווי א פיינער מענטש וואס וויל מיר העלפן מיט אלץ-דינג.

אזויווי מיין שטייגער איז, האב איך אים געלאזט אין גאנג, אזוי לאנג ווי ער טרעט נישט איבער די רויטע ליניע.
היינטיגע צייטן וואלט מען דאס גערופן אז מ'טריפט אויף אים, אבער בימים ההם איז דאס נאכנישט געווען קיין שפריך-ווארט.

אינז האבן זיך אפילו אפגעשטעלט פאר א קאווע.

איך גיי נישט דא מאריך זיין און דעמאנסטרירן יעדע קליינע דעטאל, ווייל איך האב שוין אויבן געברענגט א היטש מעשה, ממילא ווער עס וויל פארשטיין וויאזוי אזאנס גייט צו, קען דאס זעהן אינעם אויבן דערמאנטע מעשה.

אויספיר:

דאס איז נישט קיין מעשה ביכל, ווייל אויב יא וואלט איך באשריבן נאך דרייסיג מעשיות.
איך שרייב דאס כדי מען זאל פארשטיין די שעדליכקייט פון די קינד-מאלעסטארן און דאס גוט אריינעמען אין קאפ.

(אגב האב איך אריינגעווארפן די מעשה פון די פרייע פארשוין, ווייל דאס איז מיר געווען א חידוש, אז די צוגאנג ביי אלע פלעצער זענען אייניג.)


פלעשער טינט זענען שוין פארגאסן געווארן דא אין שטיבל אויף די ביטערע נושא, און דאך זענען פארהאן אזאלכע וואס פארשטייען נישט ווי שעדליך און מאנעפ5אלירנדיג די מנוולים זענען,

האב איך גענימען דעם פעדערל אין האנט, אביסל צו דעמאנסטרירן די געשיכטעס, אזוי אז די אלע וואס דרייען זיך ארום מיט די נארישע אידיאלאגיע אז עס איז גרינג צו זאגן ניין וכדו' זאלן אביסל פארשטיין די פסיכאלאגישע כוח וואס די נפש-רויבערס האבן אין באזיץ.

ווי ארויס געברענגט פריער לויט מיין מיינונג\שאצונג, און לויט וואס איך האב געהערט פון חברים וועלכע האבן מיר דערציילט זייערע געשיכטעס, וועט פאר א שוואכערע סארט פערסאנאליטעט זיין כמעט אוממעגליך צו זאגן דעם ניין, נאכדערצו אויב ער איז נישט באווארענט, און ווער רעדט נאך אויב ער איז איז נישט אויפגעקלערט, דאן איז ער א גאלדן גרוב פאר די באנדיטן.

פערזענליך, שפיר איך פאר וויכטיג צו ווארענען און מאכן אויפמערקזאם פאר מיינע קינדער כאטש איינמאל א חודש.
יעדער זאל זאגן און טון וויאזוי ער פארשטייט,
אבער דאס זיכער נישט נעמען פאר לייכט.  

דיסקלעמער: איך בין נישט דא צו שטעלן א דעה אויב ביי די היימישע ציבור איז דא העכערע ראטע ווי אין די סעקולארע וועלט.
ניין דאס איז בכלל נישט די נושא און דאס איז בכלל נישט מיין מטרה.
בכלל איז עס זייער א פארצווייגטע נושא וועלכע דארף צענומען ווערן זייער ברייט, דאס וועל איך שוין איבער לאזן פאר די יודע דבר.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אויפמערקזאמקייט!
באווארענען!
און בעיקר זאל מען פארשטיין ווי מאניפולירנדיג זיי זענען!

אזוי צו אזוי, פעלט זיך אויס א גרויסן תיקון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 82 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט