‎נִ֭שְׁכַּחְתִּי כְּמֵ֣ת מִלֵּ֑ב הָ֝יִ֗יתִי כִּכְלִ֥י אֹבֵֽד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בת נדיב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

‎נִ֭שְׁכַּחְתִּי כְּמֵ֣ת מִלֵּ֑ב הָ֝יִ֗יתִי כִּכְלִ֥י אֹבֵֽד

שליחה דורך בת נדיב »

דא זענען די קברים וואס מיר קומען באזוכן.
דא איז די פלאץ וואו זיי קומען צו רוהען.
אונזער ברודער, אונזער שוועסטער, אונזערע פריינט, אונזער שכן, אונזער אנדערע שכן.
דא איז די פלאץ זיי קומען צו שלאפן ווען די לעבן הרג'ט זיי.
דאס זענען די נעמען: חני, מושעלע, יענקל, לאה, אסתי. מנחם. אברהמעלע.
יענע דארט האט נאכנישט קיין נאמען ווייל די מציבה איז נאכנישט גרייט.

איינמאל קומט א מאמע באזוכן, איינמאל א חבר.
איינמאל קומט איינער וואס ווייסט נישט פינקטלעך פארוואס, נאר אז עפעס רופט זיי אהער.
איינמאל קומען אפאר מענטשן צוזאמען, ווייל צו קומען אליין איז צו שרעקעדיג.

נעכטן האט מען אונז אריינגעברענגט צוויי פרישע קרבנות, איינס איז געווען צוואנציג יאר אלט און איינס פערציג יאר אלט.
די קרבנות ווערן יונגער און עלטער און מיר ווייסן נישט פינקטלעך פארוואס.
די קרבנות ווערן ג'הרג'ט שנעלער ווי געווענליך, מיר ווייסן נישט פינקטלעך פארוואס. קיינער ווייסט נישט פארוואס.
די וואס ווייסן שווייגן. די וואס ווייסן זענען זייער שטיל.
די וואס זענען זייער שטיל קומען נישט דא באזוכן.

אסאך מאל וואונדערן מיר זיך: ווי גרויס קען די פלאץ ווערן? פאר ווי לאנג קען דאס אלעס אנגיין?
אבער פאר אונזער קול ווערט צו הויך, קויפט מען שנעל אפ מער לאנד און שטילט אונז אפ.
אזוי איז עס, זאגן זיי צו אונז מיט טרויעריגקייט, ליידער זענען מענטשן זייער קראנק די טעג, עס הערשט א ליידיגקייט אין די גאס, ס'איז א שווערע וועלט. אלעס וואס געשעהט איז פאר אונזער טובה. די מענטשן האבן ניסיונות ווי קיינמאל פריער. מיר זאלן נישט דן זיין קיינעם. אלע די שמועסן איז לשון הרע. גאט איז גוט. ברוך דיין האמת.

צייט לויפט, א טאג, א וואך, אפשר צען יאר, גארנישט טוישט זיך. די פלאץ ווערט גרעסער און נעמט אריין מער קרבנות. עס הערשט נאך אלץ א שטילקייט איבער אלעס.

אבער עס איז גוט פאר זיי דא. דא אין די פלאץ ווי נאר ווייכע ערד קען זיי אנרירן און באשמוצן. מיר פלאנצן בלומען און צינדן לעכט. מיר זאגן הויך: מיר וואלטן געטוהן אלעס, אלעס, צו הערן דיין שטימע, דיינע ווערטער און וואס דו האסט צו זאגן. אונז וואלטן דיך געזאגט; וואס איז געטוהן געווארן צו דיך איז נישט געווען דיין שולד. אונז וואלטן געגעבן אלעס צו רעדן צו דיך, צו דיך אויסהערן, צו דיך האלטן אין אינזערע ארעמס, פאר אפילו איין מינוט. איין מער מאל.
מיר שטייען צוזאמען, נישט קוקנדיג איינעם דעם אנדערן אין אויג, און זייער שטיל זאגן מיר קדיש פאר דיין נשמה. עס איז דא זאכן וואס מיר שרייען, זאכן וואס מיר זאגן זייער שטיל, און זאכן וואס מיר זאגן נישט.
דא טוהן מיר פאר אייך אין טויט וואס מיר האבן נישט געקענט טוהן פאר אייך אין לעבן.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר