בכל מושבתיכם תאכלו מצות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

בכל מושבתיכם תאכלו מצות!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי אויסהערנדיג דעם ליינען פאריגע וואך פרשת בא אין ס'מעדריש, ווען דער בעל קורא האט אויסגעלאזט רביעי.. בכל מושבתיכם תאאאכלו מצות! האט דער עולם מיטגעברימט כנהוג, אבער עטוואס מער פון א געווענליכע סיום הפרשה, ס'האט געסאונדט מער ווי א האלבע כאלה ביי די הפטרה דעם ערשטן פסח, זיצענדיג אויף די הארטע כזיתים, און אויף די רינעדיגע גרעיפ דזשוס מיט די זאלציגע ווארעמע אייער, מיט רויטע חרוסת. און ס'וואונדערט מיך, וואס דער עולם איז אזוי בשמחה, ווען מ'דערמאנט נאר די ווארט מצות אינמיטן דעם פראסטיגן ווינטער, די ערד איבערגעדעקט מיט א ציכטיגע ווייסער שניי, קאלטע ווינטן בוזשעווען?

נאר ווען מ'דערמאנט זיך פון יו"ט פסח און די סעזאן ארום פסח, פרילינג, ברענגט דאס אריין א פרישקייט אינעם מענטש, "פרילינג" א צייט פון פרישקייט, ליכטיגקייט, ויתרון האור מן החושך... די לענגערע טעג, לענגערע ערב שבת, לענגערע שבת נאכמיטאג, לענגערע טעג פאר די קינדער צו שפילן אינדרויסן, שיינע גרינע ביימער און געוויקסן (פאר די וואס וואוינען אינדרויסן פון שטאט), ווארעמערע טעג און נעכט. הנם, ימים המבורכים, יורה ומלקוש באבם פורחים, ווי מ'זאגט אין די יוצרות פון מוסף פרשת החודש. קינדער פרייען זיך צו די שיינע נייע קליידער, נייע שיכלעך לכבוד יו"ט, מאמעס צו פרישע ספרינג געקלינטע הייזער, טאטעס צו די פרישע אויפגערוימטע קארס, מיט די חירות'דיגן טאן ביים ליל התקדש החג.

און די רבי'ס, לאמיר נישט פארגעסן פון זיי, זיי פארנעמען דאך דעם אויבנאן פונעם פעסטיוואל, מיט זייערע שיינע ציכטיג ווייסע קיטלען מיט רייכע זילבערנע עטרות ארום די אקסלען, שיינע הויכע כמו קרוינען שטריימלעך, מיט די שענסטע זילבערנע כלים מכלים שונים ממש ווי אחשורוש מיט די כלים פון בית המקדש. די טייערסטע וויינען, מצות וואס איז אוודאי געבאקן געווארן תנור ראשון ערב פסח נאך חצות, דורך זכרים שהגיעו לכלל אנשים, מיט שתי שערות דוקא און נישט דורך סתם קטנים, שוטים, אדער נשים, און אפילו נישט דורך בית רחל מיידלעך, נאר דייקא דורך אנשים מאנ"ש ממש, וואס זענען געווען אין מקוה באותו היום.

יא, אבער נישט די חלק וואונדערט מיך, די אלע אויבנדערמאנטע זאכן אידאך פשוט צו וואס יעדע מענטש בענקט און קוקט ארויס, ספעציעל אינמיטן די קאלטע ווינטער טעג. מיך וואונדערט נאר צו וואס דער עולם ווערט אזוי עקסייטעד צו הערן די ווארט "מצות"?? דעם לחם עוני וואס איז געווארן א מצה עשירה פאר די וואס האנדלען דערמיט, די וואס רייסן ארויס אידיש געלט פון שווערע אפגעארבייטע הארעוואניע. שטעלטס ענק פאר, פערציג טאלער א פונט מצות!! נישט צוואנציג, וואס איז אויך ארויס פון גדר אנושי, ארויסצורייסן אזויפיל געלט פאר א ברויט וואס איז בסך הכל צוזאם געשטעלט פון ווייץ און וואסער, נאר דאפעלט גאר, פערציג טולער פאר איין פונט פשוט'ע מצות!! א הימל געשריי!! דאס איז ניטאמאל ראזעווע אדער ספעלט, נאר פשוט'ע מצות געמאכט פון ווייס מעהל! שוין גרינגער אויסצוהאלטן א צען דעגראד אונטער זירא אינעם פראסטיגן ווינטער ווי איידער פערציג טולער העכער זירא!

אמאל, ביז נישט לאנג צוריק, אויב איינער האט געוואלט טועם זיין פון פיינע פרישע געבאקענע מצות טיף אינמיטן ווינטער האט מען געקענט קויפן אינעם מצה בעקעריי, און ס'האט געקאסט וויפיל ס'האט געקאסט, רוב עולם האט נישט געקויפט, נאר די מיוחד שבעדרים, און אויך נאר בעידן דחדוותא ביי א שבת שבע ברכות וכדומה. נאר ווען ס'געקומען נאענט צו שלשים יום קודם החג, צו שלושים דשלושים א חודש צוויי פאר פסח האט מען דערשטיקט דעם עולם, אויף א שטילן אופן, די גבירים, האבן עס גערן באצאלט, און עס אפגענומען אויף אנאנדערן אופן, און פאר'ן ארעמאן האט מען צוגעווארפן קמחא דפסחא ער זאל זיין שטיל. דער מיטעלער קלאס האט יא געמאכט עטוואס גערודער, האט מען זיי באשיינפערליך מסביר געווען אז די מצה בעקערייען דערלייגן געלט אויף יעדן פונט מצה, נאר פשוט צוליב דעם טעם הכמוס זוכן זיי צו צופרידן שטעלן דעם עולם, און ביז ווי וואס ווען, איז אדורך פסח, די מצות מיט די קניידלעך מיט די קדם גרעיפ דזשוס איז שוין געווען צומאלן און ארויס פונעם סיסטעם, דער עולם האלט שוין ביים תנור ראשון פון די פיצא מוצאי פסח, והצרות ראשונות משתכחות, און ויהי ממחרת! ניין טאג נישט געארבייט, אפילו בי ענד עיטש איז געווען פארמאכט, אלע געלע באסעס פיקן שוין אויף אלע קינדערלעך צוריק אין חדר אריין, די טאטעס צוריק צו דער ארבייט, אפילו די רבי'ס פארן שוין ווי זיי באלאנגען נאך אזא שווערע ארבייט ווי פערפארמען פאר די צאן קדשים פאר כמעט צוויי חדשים, שוין אנגעהויבן פון שבת שקלים, ביז פורים, און די שלשים יום קודם החג מיט די שואלין ודורשין פאר די מוסדות הקדושים מיט די קמחא דפסחא'ס און נאכדעם די געהויבענע יו"ט פסח, ציילן ספירה מיט אלעס ארום. פארן זיי שוין ענדליך אפ צו זייערע וואקאציעס. און אזוי פארט ווייטער דער יאר ביז די נעקסטע רעליגיעזע אויסגאבעס קומען צו גיין אהנע רחמנות, באגלייט פריש מיט שרייענדע אידישע אותיות אויף די געפעק.

אבער היינט צוטאגס האבן די טעם הכמוס אינוועסטירערס איינגעזעהן אז ס'בכלל נישט קיין שלעכטע געשעפט צו פארלירן געלט א גאנץ יאר נאר כדי אז אידן זאלן הנאה האבן און שפירן דעם חירות'דיגן טעם אפילו אינעם קאלטן שניי'גן טבת שבט און אפילו אדר, בשעת'ן קייען אויף די פריש אפגעבאקענע קראכעדיגע טרוקענע לחם עוני/עושר. האבן זיי די חשוב'ע מזכה את הרבים אנגעהויבן צו פארקויפן די דאזיגע טעם הכמוס'דיגע טייערע ברויט אין אלע געשעפטן. אבער מיט א העפטיגן פרייז דערויף, פערציג טולער א פונט! נישט מער און נישט ווייניגער. אן א בושה! אמאל איז עס געווען עטליכע צוואנציג טולער פאר א צוויי דריי חדשים אין יאר בצינעא אין די מצה בעקערייען, אבער היינט צוטאגס זענען די מאפיאנערן ארויסגעקומען בריש גלי, די בושה איז אראפ, און איז עמטליך געווארן א חלק פונעם חרדי'שן מהלך החיים, ואין פוצה פה ומצפצף! גארנישט, שא שטיל!

און דער אמת איז, ווער זאל דען שרייען, ווער זאל פראטעסטירן, די רבי'ס?! נעה, ווילאנג ס'נישט עפעס וואס האט צו טוהן מיט פרויען אדער אינטערנעט, זענען זיי נישט בנמצא, און בכלל אינעם ווינטער זענען זיי סתם אזוי נישט צום געפינען, זיי זענען פארנומען צו טוישן זייערע הויט קאלירן פון ווייס צו טונקל ברוין זה במיאמי וזה בפאלם ספרינגס, כל אחד ואחד כפי מדרגתו. פאלט דאך די עול פון שרייען נאר אויף אונז מיטעלע קלאס, און אונז? אה, דערפאר איז פארהאן אזא זאך ווי מוסדות, און שידוכים, זעהט אויס איז אויך א חלק פונעם טעם הכמוס, אויב די מיטעלע קלאס שטעלט זיך אויף פראטעסטירן דאן קומען די בעלי הטעם הכמוס אינוועסטירערס און שיקן זייערע רעביס פארוועם זיי צאלן איין לא יחרץ געלט, און זענען מקיים דעם שמור לי ואשמור לך מיטן פולן ערנסטקייט.

און קיינער זאל מיר נישט קומען יעצט מיט די גמ' אין מס' מגילה דף כ"ז ע"ב שאלו תלמידיו את ר' זכאי במה הארכת ימים און איינע פון די זאכן וואס ער האט מקפיד געווען שטארק און לכבוד דעם מאריך ימים געווען איז געווען וויין פאר קידוש. און אויך רב הונא ווי ער האט זיך פאר'משכונ'ט זיין גארטל נאר כדי צו קענען מאכן קידוש אויף וויין, ווייל אויף יעדע אזא גמ' וועל איך צוברענגען אן אנדערע גמ' ווי חז"ל האבן זיך געזארגט אויף די וואוילזיין פון זייערע אידישע ברודערס און זיי באשיצט פון די מפקיע שערים און מייקרי השער
און אפילו צומאל שטארק מקיל געווען ביי געוויסע מצוות ביז ווי לאנג די פרייזן זענען נישט אראפגעקומען, ווי למשל די גמ' אין סוכה ל"ד ע"ב ביי די הדסים מיקל צו זיין ווי רבי טרפון עיי"ש. אדער אין פסחים דף ל'. מו"ק ועוד

והשנית, וויין פארשטייט יעדער, און ס'למעשה פון שטענדיג אן געווען א רייכע געטראנק, נישט קיין יעדע טאגיקע ערשיינונג פאר די פשוטי המון עם, שטענדיג געווען א חשוב'ע געטראנק. אבער ברויט, מילך און בכלל תבואה איז פון שטענדיג אן געווען א מאכל וואס איז געווען צוגענגליך פאר יעדן איינעם, דעם עושר מיטן ארעמאן מיט יעדעם אינדערצווישן, דער עושר האט אפשר געקענט קויפן מער ריינערע מעהל, סולת, לויט די סטאנדארטן פון אמאליגע ציייטן, און דער ארעמאן, קמח. אבער מעהל און תבואה וואס איז גענוצט געווארן אין א טאג טעגליכן אופן איז פון שטענדיג אן געווען צו באקומען גענוג ביליג אז יעדער זאל קענען האבן גרינגע צוטריט, און זעטיגן די הונגעריגע, אפילו היינט צוטאגס געבן די רעגירונגען אובאכט אז די פרייזן פון תבואה און מילכיגע פראדוקטן זאלן אייביג בלייבן ביליג און די פרייזן זאלן זיין סטאביל.

יעצט אזוי ווי מצות איז די ברויט וואס מיר אידן באנוצן זיך א גאנץ פסח און מ'קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון, היות די מצוות מצה איז מען דערמיט מקיים, און סתם אזוי א פרישטאג מצות מיט אבוקאדו אדער פוטער איבערגעצויגן, מיט די סעודות יו"ט, איז סתם גניבה און רציחה צו בא'גנב'נען דעם עולם מיט אזאנע טייערע פרייזן. כ'מיין אז ס'שוין די העכסטע צייט צו ענדיגן דעם טעם הכמוס אינוועסטמענט, יעדע זאך האט אן עקספירעשאן דאטום, די ראטשילדס רייכטום האט זיך אויך נישט געהאלטן פאר מער ווי 200 יאר. ס'שוין ס'העכסטע צייט אז מיר פשוטי המון עם, זאלן זיך צוזאם נעמען און באיקאטירן די האנד שמורה מצות און אנהייבן נוצן מאשין מצות, ס'פונקט אזוי כשר!

מכשולות האט זיך שוין געמאכט סיי ביי האנט מצות און סיי ביי מאשין מצות. לא ניתנה תורה למלאכי השרת, מיר זענען מענטשן, פראבלעמען קענען זיך מאכן אונטער יעדן הכשר, אונטער יעדן רב און אונטער יעדע פראדוקציע, סיי ס'געמאכט דורך האנט, היימיש, מאשינען, נישט קיין נפק"מ. מאכטס ענק א פשוט'ע חשבון, פערציג טולער, קעגן 2.49 א שאכטל!

רוב משפחות ביים היימישן עולם זענען געבענטשט געווארן מיט אסאך קינדערלעך קע"ה און מצות קען אריין ציען צו קרוב צו צוויי טויזענט דאללער!!! און דאס איז אן די חומרות, ווי למשל ער"פ מצות (אויך א פלעינע פשוטע גניבה, א שמועס פאר זיך) אדער חומרות ווי למשל, רש"י ראש, אנשים וכו' וואס דאן גייען די פרייזן ארויף אהנע רחמנות, פסח מיטאמאל וויל דאך יעדער זיין הייליג. און א חוץ די מצות אויסגאבעס אינאך דא גענוג און נאך שווערע אויסגאבעס, ווי למשל קליידער, נייע כלים, וכו' אבער ברויט אליין פאר אכט טאג זאל קאסטן אין די אלפים??? א שאנדע!! נאר מיר אליינס קענען אראפנעמען די שאנדע, מיר קענען זיך גרינגער מאכן.

זאל יעדער האבן א רייכן געשמאקן פרייליכן יו"ט פסח און לעכטיגן געשמאקן תמיד. און מיר זאלן קענען מיטזינגען מיטן בעל קורא ולכל בני ישראל היה אור במושבותם, ואחרי כן יצאו ברכוש גדול.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר