א געשיכטע מיט א בילבאורד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל
קאנטאקט:

א געשיכטע מיט א בילבאורד

שליחה דורך כלבאשבוע »

סקאכט זיך שוין א חודש צייט אויף די היימישע גאס וועגן א געשיכטע וואס האט זיך געזאלט אפשפילן אין קאליפארניע, נעמליך אז נעבן א ישיבה האט זיך געפינען א בילבאורד מיט א אומאיידעלע בילד, און א איד א חרד וועם דאס האט זייער געבאדערט האט געספענדט $1,000 א טאג צו דינגען די רעכטן פארן בילבאורד און אז דאס אומאיידעלע בילד זאל נישט זיין דארט

די מעשה גייט ווייטער, אז אנשטאט צו האלטן דעם בילבאורד ליידיג האט ער דארט געמאכט א קאונטדאון זייגער וואס האט אנגעהויבן מיט איינס און געוויזן אז סגייט גיין ביז 90, דאס האט געברענגט א שטארקע נייגעריקייט ביי מענטשן און ממש עטליכע טעג בעפאר ווען סהאט שוין דערגרייכט אין די אכציגער נומבערס האט ער באקומען א אפפער פון קאקא קאלע זיי צו אדווערטייזן ווען סקומט אן צו 90 און זיי האבן זיך געלאזט קאסטן נישט מער און נישט ווייניגער ווי 3 מיליאן דאלאר צו האבן דארט זייער עד, אזוי אז בשכר די געוואלדיגע מצוה האט זיך די אינוועסטמענט אפגעצאלט בכפל כפלים!

אין אונזער קולטור ווי ספעלט ב״ה נישט קיין באבע מעשיות און טעגליכע גראנדיאזע מופתים האט א שיינער חלק פונעם עולם אויפגענומען די געשיכטע מיט סקעפטיזם און צינישקייט אבער דרשנים ורבנים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און סאיז געווארן מפורסם בכל כנפות הארץ, סאיז דאך צו א גיטען ארטיקל דאס נישט צו פארשפרייטן

למעשה, האט מען אנגעהויבן נאכזוכן די אריגענעלע מקור און מאיז דערגאנגען אז סאיז צום ערשט פארציילט געווארן דורכן בעל דרשן הרב בן ששון פון פייוו טאונס, ער אליין האט אבער נאך דרישות וחקירות מודה געווען אז ער האט נישט געהעריג קאנפירמט די אויטענטישקייט פון די מעשה, ער האט ארויפגעברענגט די מעגליכקייט אז סאיז מעגליך בלויז געווען א משל וכו׳ אבער האט פארשפראכען ווייטער נאכצוגיין די מקור, ביזדערווייל האבן זיך מאנכע געשוואוירן אז זיי האבן געהערט פונעם בעל המעשה אין לאס אנדזשעלעס אליין אז סאיז הונדערט פראצענט אמת

א שטיק צייט שפעטער איז רב בן ששון ארויסגעקומען ברבים אז סאיז אים געלונגען נאכצוגיין די מקור פון די מעשה און הגם אז געוויסע אריגינעלע פרטים זענען נישט געווען אינגאנצן ריכטיג, למשל אז די מעשה איז געשען אין טאראנטא און נישט אין לאס אנדזשעלעס, האט ער אבער ווידערגעהאלטן אז די מעשה איז אמת ויציב

כאטש די פילע סתירות און שטארק אומגלויבליכקייט פונעם געשיכטע, איז פארשטייט זיך די אזויגערופענע קאנפירמעשאן געווען מער ווי גענוג פאר די גלויביגע ממשיך צו זיין באמונתם, אבער האט אויך געארבעט אויף פארקערט, אז די ציניקער האבן אפגעלאכט פון די נייע ווערסיע און געפרעגט ווילאנג ביז סקומט נאך א פרישע ווערסיע...

ביזדערווייל איז דאס געווארן דער געשפרעך פון טאג אין היימישע קאווע שטיבלעך, א שעפערישער מארקעטער איז ארויפגעשפרינגן אויפן וואגן און אויפן חשבון פונעם געשיכטע אויסגעניצט די געלעגנהייט צו אדווערטייזן א היימישער ראפפעל קאמפיין, א סימן מובהק אז די געשיכטע האט פיינעלי דערגרייכט די סטאטוס פון א meme

ווי משטייט יעצט, איז שוין מער ווי א חודש זייט די אזויגערופענע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן, און סזעט נאך אלץ נישט אויס צו זיין פארטיג

היינט נאכמיטאג האט הנגיד יואל ווערצבערגער, א היימישער ק״ש אנהענגער און באקאנטער שטיצער פונעם וועקער, פובליצירט אויף טוויטער אן אפפער פון $15,000 פאר ווער סקען פראווען אז די מעשה איז אמת!

בלייבט בלויז איבער צו זען, וויאזוי די געשיכטע, און די געשיכטעס ארום די געשיכטע, וועט זיך ווייטער שפינען פון דא און ווייטער...
בייגעלייגטע פיילס
IMG_8361.jpg
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר