שיינקייט פאר מענער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

שיינקייט פאר מענער

שליחה דורך קידוש »

שלום עליכם,
איך עפען די אשכול צו אויסשמועסן אין זיך ארויסהעלפען איינער די אנדערע ווען עס קומט צו אונזער מענערישע געברויכען,
אנדערש ווי איבעראל אויפען וועלט וואס איז גאר צוגעשטעלט פאר ביידע דשענדערס סיי וועלכע געברויכען, איז ביי די חסידישע וועלט דא גרויסע דעמענט פאר מענער מיט שיינקייט פראדוקטען אין א גרויסען חלול ווי מ'וועט שוין אוסשמעוסן,

אזויווי איך וויל מיך האלטען פריש און יונג האב איך מיר אנגעשטויסען אין א אינטערעסאנטע מציעות, עס איז נישט דא קיין שום הילף, געשעפטען, סערוויסעס צו העלפען מענער
דאס רעכענט אריין
1)ווען איינער האט פיפלעך אויפען פנים אדער סיי וועלכע הויט פראבלעמען איז נישט ודא ווי צו גיין פאר קריעמס אדער א facial cleening- דאס האט מיך באמת געבאדערט פאר מיין חתונה
2) ווען די האר אויפען גוף פארמערט זיך איז נישט דא קיין אפשען פאר vexing אדער laser hair removal, דאס איז טאקע נישט נוגע קיין א יעדעם, אבער א פראצענט מענטשען מאכט עס זייער נערוועז
3) אויב איינער וויל א לייטישע חסידישע מלבוש וואס פיט גוט איז אים זייער שווער- מיינע עספיריענס מיט G&G, GB איז אלעמאל די זעלבע, מ'נעמט א יונגערמאן וואס האט אין זיין לעבען נאכנישט אנגערירט א נאדעל אין פאדים אין ער דארף זיכער מאכען די $350 רעקל פיט מיך ווי א הענטשקע...
ווייטער היימישע שניידער'קעס ווילען נישט מעסטען אויף די מענער.

איך בעט די טייערע ניקים צו אריינקומען אין אויסשמעוסען אויב איר האט אויך אזוי געטראכט.
אויך אויב האט איר סיי וועלכע עספיריענס מיט די אויבער דערמאנטע וואס קען העלפען סיי וועמען.

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר