נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

שליחה דורך היכי דמי »

אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער. געפארן זענען זיי קיין קווינס ווי געוויסע מענטשן גייען זיי פרובירן צו אויפקלערן מיט א זאפטיגע **** עדיוקעישן, מיט משלים און סטאטיסטיקס. יא, מען גייט רעדן צו די קינדער וועגן אינטערנעט, און מען גייט זיי אויפקלערן אז אינטערנעט איז ווי גילו עריות אדער גאר ערגער.

מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען א עמעזאן באקס ווערט דעליווערט צו זיי אין שטוב זאלן זיי וויסן אז זייער מאמע האט ווארשיינליך געזינדיגט.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע הערט א שיעור אויף תורה עני טיים הערט ער זיך אן מיט אפיקורסות.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע גיבט צדקה אויף טשערעטי, בויט ער בתי זונה
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע ליינט א ביזנעס אימעיל איז עס א בחינה פון כל באיה לא ישובין
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער מאמע טשעקט א רעסעפי אנליין, גייט די נאכטמאל יענע טאג זיין טריפה

וכו. וכו.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר