ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5543
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7389 מאל

ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?

שליחה דורך מי אני »

ביי מיין ברודער׳ס חתונה האב איך געשמועסט מיט מיין טאטע און קאָזין, א ביזנעסמאן, אז ולשמחה מה זה עושה? פארוואס פונקטליך טאנצט מען ביי א חתונה? ס׳איז דאך למעשה א דבר המוטל בספק איז טא אויף וואס פונקטליך טאנצט מען?

הגם די שאלה איז אויך שווער אויף אלע קולטורן איז אבער אויף די סעקולארע וועלט וואלט מען געקענט זאגן אז ער און זי פרייען זיך אויף מאכן אפיציעל דעם בונד צווישן די צוויי אשר אהבה נפשם מקדם. דאס קען מען פארשטייט זיך נישט זאגן אויף אונזער געזעלשאפט וואו די חתן כלה בדרך כלל קענען זיך בעצם ניטאמאל בכלל.

‏‎איך האב גע׳טענה׳ט אז מ׳קען נישט נוצן דאס וואס רש״י ברענגט אראפ (בראשית ו ו) מהמדרש (ב״ר כז ד) לגבי לידת הבן אז הגם ער איז מיועד למות איז בשעת חדותא חדותא ובשעת אבלא אבלא ע״ש, ווייל דארט איז למעשה דאס געבורט פאר זיך כל כולו טוב און דאס אז עס ווערט אויס לאחר זמן טוהט נישט נעגעיטן דאס טוב פונעם געבורט מעיקרא; משא״כ ביי א חתונה ודוק. דאס האב איך מיר איבערצייגט ווען איך האב געפרעגט אין דעם נושא (מיט סענסיטיוויטי) מיין פעטער וואס האט ל״ע פארלוירן א קינד (דער וועמען איך האב דערמאנט אין מיין ארטיקל), און א טאטע וואס האט חתונה געמאכט א קינד און עס האט זיך ל״ע דערנאך נישט אויסגע׳ארבעט - דער ערשטער האט מיר געזאגט אז יעדעס מינוט וואס דאס קינד האט געלעבט איז געווען טוב און ב״ה ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט הגם ס׳איז טאקע א געוואלדיגע צער אז ער איז נישט געבליבן און געלעבט נאך לענגער, בשעת דער צווייטער האט מיר געזאגט אז הלוואי וואלט די חתונה ושידוך קיינמאל נישט פאסירט מעיקרא כלל וכלל.

‏‎דאס אז ״רוב ארבעטן זיך אויס״ אין אונזער געזעלשאפט (אפגעזעהן צי דאס איז בכלל א דבר טוב צי נישט, וואס איז א שמועס פאר זיך וד״ל ואכמ״ל) איז אויך נישט קיין מאסגעבענדע הסבר, ווייל וואס? מ׳פרייט זיך אויף א פּראבּעבּיליטי?! ווידער זאגן אז מ׳פרייט זיך אז ״מ׳האט כאטש באקומען דעם שאנס צו פרובירן״ איז אויך שווער צו זאגן, ווייל דאס איז זיכער נישט די מושכל ראשון דערפון; הן קאַנשׁעסלי והן סאָבּקאַנשׁעסלי.

‏‎גייט דורך, ביי די חתונה וואו איך האב אפגעהאלטן דעם שמועס, מיין (דעמאלטס) 19-יעריגע ברודער און פרעגט, ״וואס איז די נידון דא?״ האב איך אים פארציילט. זאגט ער, ״פארוואס מ׳טאנצט?! ווייל ס׳איז פאָן

‏‎און איך מיין ער׳ז גערעכט.
‏Don’t overthink it.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 85 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר