ביקור חולים מענטעל העלט קאנפערענס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

ביקור חולים מענטעל העלט קאנפערענס

שליחה דורך היכי דמי »

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א היסטארישע לייוו קאנפערענס דורך די ביקור חולים ארגאניזאציע איבער די מענטעל העלט פראבלעמען. דאס איז א דורכברוך אין די חסידישער וועלט ווען טויזענטער חסידישע אידן האבן געהערט וויכטיגע אינפארמאציע און חיזוק פון עקספערטן, עסקנים און טערעפיסטן. עס איז מסתם די ערשטע מאל וואס אזא אסיפה איז פארגעקומען אין די חסידישע וועלט פאר די פאבליק.

מען האט אנערקענט אין די פאקט אז פראבלעמען זענען דא. די דיין הרב חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ סאטמאר 8 האט קלאר געמאכט אז אביוז איז א מציאות און מען דארף זיך אננעמען פאר וויקטימס. עס איז צייט זיך אויפצוועקן און אנערקענען אין די פראבלעמען און נישט באהאלטן. ער האט ארויסגעברענגט ווי אביוז איז רציחה ממש און פאר א דרויסענדיגער איז עס שווער צו פארשטיין.

די ציל פון די אסיפה איז אוועקצונעמען די סטיגמע פון גיין פאר הילף, און אז די הילף איז דא. א מענטעל העלט פראבלעם דארף זיין פונקט ווי א פיזישע פראבלעם.

עס איז געגרינדעט געווארן קריזיס האטליין ווי מענטשן קענען אריינרופן 24 שעה א טאג פאר הילף און וועט קענען רעדן מיט א פראפעסינאל.

צו איבערקוקן די גאנצע אסיפה קליקט דא: https://www.youtube.com/watch?v=I346hIjZqI8
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היכי דמי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר