מיין קרבן פסח תשפ''ב מיטן סמארטפאון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3108
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8513 מאל

מיין קרבן פסח תשפ''ב מיטן סמארטפאון

שליחה דורך שמן למאור »

ס'איז ערב פסח נאכמיטאג, און איך שפאציר מיך אזוי געמיטלעך אויף די גאסן פון ירושלים, אין באגלייטונג פון מיין ווייב און קינדער, צוזאמען מיט אונזער גרעסערע משפחה, מיינע טאטע מאמע, און מיינע ברידערס מיט זייערע הויזגעזונט, מיט וועמען מיר וועלן אינאיינעם מקריב זיין די קרבן פסח. איך כאפ אהן שטארק די שטריק וואס נעמט ארום די האלז פונעם שעפעלע, עס זאל חלילה נישט אנטלויפן. די גאס איז נישט ליידיג, נאר גאר אסאך משפחות שלענגלען זיך דורך אויף די ירושלימע גאסן, אלע מאכן יעצט זייער וועג צום פריש אראפגעקומענע בית המקדש השלישי.

מיין מוח ווירבעלט מיט פילע שטורעמישע געדאנקען, ס'נישט פשוט וואס אונז אלע האבן מיטגעלעבט אין די לעצטע פאר וואכן, ממש פאר דריי וואכן צוריק איז נאך יעדער געווען פארווארפן על ארבע כנפות הארץ, איך בין נאך געווען היבש פארטון צו אוקריינע וועט קענען ביישטיין די רוסישע אינוואזיע, אדער מיט בויען מיין ביזנעס, צו גאר אביסל פאליטיזירן איבער מיין אדמו''ר'ס ברודער, אבער פלוצלינג איז אלעס געווארן א פארגאנגענהייט, איך לאך פון מיר אליינס ווי איך בין געווען פארטון אין די אלע הבלי עולם הזה, ס'איז נאך געווען פאר די מצב וואס אונז שטייען יעצט, פון 'ומלאה הארץ דעה את השם'.

איך בין בעצם אביסל מיד, די גרויסע מעמד פונעם 'שחיטת היצר הרע' האט זיך פארצויגן ביז אין די שפעטע נאכט שעות, און די בעלי מנגנים האבן געצויגן ביז גאר שפעט אין די נאכט, צו הערן ווי יאסעלע ראזנבלאט לייגט אראפ דעם 'לאמיר זיך איבערבעטן' און הערן די לווים שפילן אזוי הערליך שיין, ס'האט איבערגעלאזט א טיפן רושם, שוין אפגעזען די עצם שעכטן... אהה ס'גלוסט זיך פשוט נישט צו טון קיין עבירות מער, ס'פשוט נישט אינטרעסאנט.

מיין מחשבות ווערן איבערגעהאקט, אונז זענען אנגעקומען קיין 'רחוב יפו' און אונז וועלן דא ארויפשטייגן אויפן 'רכבת הקלה' אנצוקומען ביז שער יפו.

איך קוק אזוי ארויס פונעם פענצטער, און כ'גלייב נישט וואס איך זע, ס'ממש נישט צום דערקענען, די אלע פריצות'דיגע בילדער זענען נישט צום האבן, ס'נישט דא קיין איין פרייע פארשוין אויפן גאס, אלע גייען שבת'דיג אנגעטון און גרייטן זיך מקריב צו זיין זייער קרבן פסח,

'התחנה הבאה שער יפו' זאגט די ספיקער, אונז שטייגן אראפ אינאיינעם מיט א שמחה, און מאכן אונזער וועג צום 'ביה''מ השלישי', עס איז אוממעגליך צו דערשטיקן די געפילן, נאך אזוי פיל יארן פון ווארטן, וועלן מיר ענדליך קענען זוכה זיין צו קענען כאפן א בליק אויפן ביהמ''ק.

פונדערווייטנס זעט זיך שוין אהן די הערליכע ווענט פון די הר הבית מיר דערנענטערן זיך און גייען אריין אינעם עזרה, און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א מחזה הוד וואס מען קען זיך ניטאמאל פארשטעלן, כהנים לויפן אהין און צוריק מען שחט מען שפריצט בלוט, מען איז מקריב,

איך קוק ארויף און איך זע א גרויסן ריזיגן סקרין, דארט שטייט פונקטליך די סדר פון וועלכע חבורה איז יעצט מקריב און ווער קומט נאכדעם, איך פרעג די כהן וואס איז ממונה צו העלפן די עולם, 'וואס טוט מען'? וויאזוי שרייב איך מיך איין צו זיין נעקסט? זייער פשוט, איז ער מיר מסביר, קודם דארפסטו דאונלוידען אויף דיין סמארטפאון די 'קרבן פסח עפפ' דאן סיין דיך איין, פיל אויס די פארם, שרייב אלע נעמען פון ווער עס איז אין דיין חבורה, וועסט באקומען א רעפרענס נומער, און אלעס וועט שוין שטיין אויפן גרויסן סקרין...

איך זאג פארן כהן, אז מיין פאון איז יעצט פונקט אויסגעלאפן פון דאטא, וואס זאל איך טון? ס'בכלל נישט קיין פראבלעם, איז ער מיר מסביר, אין די גאנצע שטח פונעם הר הבית איז דא פרייע ווייפיי, און גאר די בעסטע און מערסטע סאפיסטיקירט פון סיי וואו איבער די וועלט! די בית המקדש איז דאך די מקור החכמה און די מקור האור פאר די גאנצע וועלט, ווי אזוי וועט c-span קענען בראדקעסטן א לייוו סעשין פונעם סנהדרין, אדער א פרישע שיעור פון משה רבינו, אויב וועט זיין דא א שוואכע ריסעפשן

איך קוק ארום, איך זע ווי גאנץ אויבן שטייען משה רבינו און אהרן הכהן, זיי זענען צוקאכט אוו פרייליך, זיי האלטן ביידע גרויסע שיינע נייע סמארטפאונס אין די הענט, פון די נייסטע און בעסטע מאדל 6G און זיי זענען פארנומען צו שיקן אימעילס צו די כהנים אדער לוים, זיי געבן ארויס דעם דבר ה' און מען באקומט באלד א אימעיל וואס מען ברויך טון, איך זע יעצט אז דוד המלך האט ארויסגעשיקט א סטעטוס, און אנגעזאגט די עולם אז עס ווערט שוין שפעט און די עולם זאל שוין קומען מקריב זיין זייער קרבן.

מיין זון פרעגט מיר, טאטי! איז נישט אינטערנעט אסור? כ'בין אים מסביר שיינערהייט, אינטערנעט איז א געוואלדיגע טובה פאר די וועלט, און מאכט אז מען זאל פשוט קענען גרינגער און שנעלער טון זאכן און אנקומען צו מענטשן, אבער פאר מען האט גע'שחט'ן די ס''ם, האט עס געהאט אסאך שלעכטס וואס מען האט געקענט נכשל ווערן מיט נישט גוטע זאכן, האט מען געלייגט א פילטער, וכדומה, צו זיין אפגעשיידט פון שלעכטס, אבער היינט אז עס איז שוין נישט דא קיין יצר הרע, איז אדרבה, עס איז נישטא עפעס בעסערס אויפן וועלט. קוק נאר דארטן, דער סקולענע רבי מיט רב וואזנער זענען פארנומען יעצט צו ליינען די קוויטלעך אויפן סמארטפאון, אפילו דער בעש''ט האט נארוואס געטוויט א מאמר אין חסידות, און די בעל התניא האט שוין געפאוסט אויף זיין יוטוב טשענעל א ברייטע ערקלערונג אויפן מאמר,

לכבוד חול המועד וועל איך דיר קויפן דיין אייגענע סמארטפאון, אזוי וועסטו קענען זען לייוו די טיק טאק'ס פון שפאלע זיידע און פונעם ראפשיצער רב, כ'הער אז עס איז זייער אינטרעסאנט און תוכנ'דיג, מ'קען אסאך קונה זיין דערפון,

איך זע ווי די סאטמארע חבורה קומט אהן, פון פארנט שלעפן זיך דער ישמח משה, דער ייטב לב, עצי חיים, רביה''ק מסאטמאר, ז''ל פיליפ, יח''מ פרידמאן, ועוד הרבה, משה גבאי אינאיינעם מיט ר' אהרן און רז''ל שטופן זיך ווי חסידים ארום די רביים, און זענען גאר מכבד די דיינים נאכמער ווי די כבוד וואס מען האט זיי אויסגעטיילט ווען די עולם השקר האט זיי נאך אנגעקוקט ווי די מנהיגי ישראל, היינט איז שוין אלעס קלאר, און יעדער ווייסט אז זיי זענען נישט מער ספעציעל ווי סיי וועלכע אנדערע חסיד, ממילא שטייען זיי אלע אייניג און שטופן זיך לויט די אמת'ע צדקות און ערליכקייט,

ענליך זע איך ביי די באבובע, וויזניצע, גורע, בעלזע, סקווירא, (וכו' וכו') חבורות, עס שטייען אויבן אהן אסאך וואס זענען פאראיאר געזעצן ביים סוף טיש, שטילע איידעלע תלמידי חכמים, און היינט שטיפט זיך די 'רבי' צו קענען שטיין אין זייערע ד' אמות, צו קענען כאפן א בליק, אויף די 'אמת'ע צדיקים...

יה''ר שנזכה ונחיה ונראה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר