תשפ''22 - ''לאוולי'' אידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דערהויבענע איד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 564
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 3975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

תשפ''22 - ''לאוולי'' אידישקייט

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אונז אלע ווייסן אז ביז פאר צוואנציג יאר צוריק איז נישט געווען א צורך פאר שלום בית,- ס'איז פשוט נישט געווען א זאך וואס מ'האט געקערט. די זעלבע זאך איז געווען מיט געבן צייט פאר קינדער, ביז פאר 30 יאר צוריק לאמיר זאגן האט מען גארנישט געזען שלעכט מיטן שלאגן קינדער, און בכלל האט מען נישט צופיל געקוקט אויף זייערע זייט.

די איינציגסטע גרופע פון מענטשן וואס האבן געהעריג געשמיסט מיט זייערע ווייבער זענען געווען מער די פעסטע חברה, זיי זענען געגאנגען שאפינג זונטיג מיט'ן ווייבל, און חול המועד האבן זיי געפייערט מיט די קינדער. די מער כאניאקישע חברה האבן געזיצן בית מדרש גאנץ חול המועד, און זונטאגס למשל האבן זיי נישט געהאט קיין צייט פאר שטותים, און בכלל האט מען אראפגעקוקט יעדער וואס פארברענגט א סאך מיט די משפחה, אדער אלס זיין ביזי מיט ארציות, אדער אלס בעיבישקייט. מ'האט אפציעל געלאכט פון די ווייב פון די שוויגער ברבים און פון אלע פרויען, און נישט געמאכט קיין גרויסע עסק פון חינוך, נישט ביי די אינגלעך, און אוודאי נישט ביי די מיידלעך.
אויב מ'קען אראפלייגן שארף, איז ווי מער רעכטס געגעבן ווייניגער און מער מזלזל געווען אין משפחה, און ווי מער לינקס געהאט צייט און זיך גערעכנט מיט די משפחה.


תשפ''22 קומט ארויס איסורים אויף איטערנעט, טעקסט, קעמערא'ס, און אלעס ווייסט פארוואס???

נישט וועגן ביטול תורה, נישט וועגן קוקן ווי מ'ברויך נישט, נאר וועגן די ''משפחה''. מ'דארף געבן צייט פאר די משפחה. שמועס'ן מי די ווייב, אויסהערן די קינדער, וואט עי לאוולי אידישקייט.

ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר