א חול המועד אין ניו ענגלאנד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

א חול המועד אין ניו ענגלאנד

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די אנהייב פון 19'טן יארהונדערט, מיט'ן אויפשטייג פון די אויטאָמאָביל עפאכע, האט זיך דער קולטור אין די פאראייניגטע שטאטן דראסטיש געענדערט. דאס באפעלקערונג איז טראנספארמירט געווארן פון איינגעזעצענע פארמער צו וואנדערדיגע אוואנטורער.

איידער די אויטאָמאָביל עפאכע, איז דער דורכשניטליכער אמעריקאנער מער ווייניגער געזיצן אויף זיין גוט און אויף זיין פארם, און באארבייט דאס לאנדשאפט פון באגינען ביז אווענט. ער האט אין אלגעמיין נישט געהאט קיין געלעגנהייט אונטערצונעמען לענגערע לוסטרייזעס, און געניסן פון די שיינקייט פון דער נאַטור. דאס ציוויליזאַציע האָט צוגענאָגלט דעם מענטש צו איין אָרט. מיטן ערשיינונג פונעם אויטאָמאָביל איז די ציוויליזאַציע מיטאמאל טראנספארמירט געווארן פון א איינגעזעצענעם צו א וואנדערדיגן, און מער און מער מענטשן האבן זיך געקענט ערלויבן די לוקסוס פון אונטערנעמען לוסטרייזעס, אפילו אויף ווייטערע שטרעקעס.

יצחק באַשעוויס האט אבער שטארק באוויינט דאס אויטאָמאָביל. אין יאר 946' למספ' האט ער אפגעשריבן א שטארקע עסיי און ער האט דאס פארעפענטליכט אינעם פארווערטס. ער שרייבט צווישן די אנדערע ווי פאלגענד:

דער אמאליגער וואנדערער האט זיך טאקע באנוצט מיט א פערד און וואגן, אבער די פערדלעך האבן זיך לאנגזאם געשלענגלט איבער אומאויסגעפלאסטערטע שטראזן, שענקענדיג מער ווי גענוג צייט פאר די רייזענדער צו באַטראַכטן דאס געטליכע נאַטור און איינזאפן די שיינקייט פונעם וועלט-באשאפעניש. און באצוג צו די היינטיגע רייזענדע וואס באנוצן זיך מיטן אויטאָמאָביל וועלכע פליען מיט א שנעלקייט אויף די ברייטע אויסגעפלאסטערטע שאסייען, און מ'מוז זיך באגענוגן בלויז מיטן קוקן אויף די אנגעצייכנטע ליניעס אויפן אספאלט, דערפאר קען מען זיך קיינמאל נישט אָנזעטיגן דאס בליק און געניסן פון דאס שיינקייט פונעם נאַטור...

אינספירירט פון דער דאזיגער עסיי, האבן מיר באשלאסן דעם פארגאנגענעם חול המועד אונטערצונעמען א לוסטרייזע מיט די גאנצע פאמיליע אינאיינעם, וואס איר ציל איז געווען נישט בלויז די דעסטינאציעס, נאר אויך דאס וועג זעלבסט. מיר האבן געלעכצט אז דורכאויס די רייזע זאלן מיר גלייכצייטיג אויך געניסן פון די הערליכע פאנאראמע, און זיך אָנזעטיגן מיט די שיינקייט און די רואיגקייט פונעם האריזאנט וואס שוועבט ארום און ארום.

אנדערש ווי די היימישע געזעלשאפט - וועלכע רייזן אין אלגעמיין דיזע טעג מער דרום קיין פלארידא, צו פארוויילן ביי די הערליכע וואסער-בארטענס אין די ווארימע מיאמי, האבן מיר באשלאסן צו רייזן אין דעם פארקערטען ריכטונג צפון - צו די קאלטע אבער הערליכע ניו ענגלאַנד שטאטן. מיר האבן זיך איינגעפאקט זאפאסן עסנווארג און גענוג פלעגונג פאר עטליכע טעג, און מאנטאג אין באגינען האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אין וועג. מיר האבן נאַוויגירט צום שאסיי 95 צום צפון ריכטונג וואס פירט פון ניו יארק קיין ניו ענגלאַנד.

שאסיי 95, איז א טייל פונעם נעץ פון שאסייען וועלכע שלענגלען זיך איבער די לענג און ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן. די שאסייען זענען געבויעט געווארן אויף די איניציאטיוו פון פרעזידענט דווייט אייזנהאוער. דורכאויס די צווייטע וועלטס קריג, האט גענעראל אייזנהאוער געדינט אלס הויפט קאמאנדיר איבער די אליאירטע מיליטערישע קרעפטן אין אייראפע. דארט אין אייראפע איז אייזנהאוער שטארק אינספירירט געווארן פונעם שטאנדהאפטיגן און גוט אָרגאַניזירטן שאסיי-נעץ, וואס האט פיל פארלייכטערט פאר אויטאָמאָבילן צו רייזן איבער די לענג און ברייט פון אייראפע. דערפאר ווען ער איז ערוועלט געווארן פאר פרעזידענט אין אמעריקע אין יאר 953' למספ', איז פון זיינע סאמע וויכטיגסטע פריאריטעטן געווען, אויפצובויען א נעץ פון שאסייען אויף אזא שטייגער וועלכע ער האט געזען אין אייראפע, וויילענדיג דארט אלס גענעראל. ער האט געלאזט בויען די בארימטע אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם וואס מיר זעען היינט צו טאגס. 374,000 אויטאָמאָבילן באנוצן זיך מיטן אינטערסטעיט טעגליך! אינטערסטעיט 95 לויפט אויפן מזרח-ברעג פון אמעריקע פון צפון ביז דרום פּאַראַלעל מיטן אטלאנטישן אקעאן. עס הייבט זיך אן צפון צווישן די שטאט מעין און די קאנאדישער פּראָווינץ ניו בראַנזוויק, און עס שלענגלט זיך ביז אראפ דרום און פאלט אריין אין די סאמע הארץ פון די ווירבלנדע שטאט מיאמי אין פלארידא.

דערגרייכנדיג דעם 95 האבן מיר געקירעוועט צפון, און מיר האבן טאקע גאר שטארק געקוואלן פון די הערליכע פאנאראמעס וועלכע האבן זיך אנטפלעקט הארט פאר אונזערע אויגן דורכאויס דעם גאנצן אינטערסטעיט. נאך צוויי אן אהאלב שעה אויפן אינטערסטעיט, האבן מיר באשלאסן זיך צו שטעלן אין די שטאט ניו העווען – די צווייט-גרעסטע שטאט אין קאנעטיקעט. דארט האבן מיר אפגעשטאט א באזוך אין א גראנדיעזע מעבל פאבריק. וואס איז דען געווען אזוי אינטערעסאנט אין דעם מעבל פאבריק? די אייגנטומער פונעם פאבריק האבן אין א וועג צו ציען צוקונפטע קליענטן צום פאבריק, אויפגעשטעלט אינעם צענטער פונעם פאבריק, א גיגאנטישער זיפ-ליין אינפראסטראקטור פון מער ווי 50 פוס הויעך, וואו די קינדער פון יונג ביז אלט האט גאר שטארק גענאסן. ס'איז געווען א פארגעניגן צו זען ווי די קינדער גליטשן זיך אראפ מיט שטריק פון די הייעך מיט א בליציגע שנעלקייט, און זייער אדערן פליסן מיט אַדרענעלין... נאכן זיך אויסגעבן עטליכע שטונדן מיטן הוידן אויף די שטריק, האבן מיר געדאווענט מנחה, און דערנאך עפעס לייכט צוגעביסן, און מיר האבן פארגעזעצט מיט אונזער רייזע צום ריכטונג פון צפון.

דער זון האט אנגעהויבן צו נויגן מערב, און דער שטאק פינסטערע נאכט האט אנגעהויבן צו פאלן, און מיר דערנענטערן זיך מער און מער צו אונזער דעסטינאציע... אט הערן מיר שוין דאס גערויש פונעם ברויזענדן אטלאנטיק, און דאס גערוך פון געזאלצענע ים וואסער הייבן אן אנצופילן אונזערע נאז לעכער, און אט אנטפלעקט זיך הארט פאר אונזער אויגן דעם ענדלאזער ריזיגער אקעאן מיט איר גאנצער פראכט. ווי גרויס זענען דיינע וואונדער-ווערק, באשעפער! האבן מיר אויסגעשריגן באגייסטערט... מיר האבן ענדליך דערגרייכט די היסטארישער האפן שטאט ניו-פארט - ראוד איילענד.

מיר האבן זיך באלד איינגעארדנט אינעם גאסט הויז. מיר האבן ארויסגעדינגן צוויי לייטישע צימערן אינעם ארטיגן מאַרריאָטט האָטעל. קיין ברייט פלאץ איז טאקע נישט געווען, אבער אז ס'איז פארהאן ארט אין הארץ איז פארהאן ארט אומעטום... מיר האבן זיך געוואשן די הענט און זיך געשטעלט דאווענען מעריב. נאכן ציילן ספירת העומר, האבן מיר באלד ארויסגעצויגן דאס עלעקטעראנישער פריפעטשיק, און ארויפגעשטעלט א טאפ געשמאקע גרינצייג-זופ צו ווארימען, און גלייכצייטיג זיך באנוצט מיטן אונטערשטע טייל פונעם קראַקטאָפּ איבער צו ווארעמען איבערגעצויגענע פליישליך, מיר האבן זיך געוואשן צו מצה און אפגעראכטן א מאלצייט דארט אינעם ענגן צימער...

נאך אונזער סעודה'ניו, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר ביים בארטן פונעם האפן זאט און גוטמוטיג. ס'איז געווען גאר א קאלטער נאכט, און די שיין פון די לבנה האט זיך קוים געזען אויפן האריזאנט. שווארצע כמארעס האבן זיך פארצויגן איבער די הימלען, און א מאסיווער שטורעם האט באהערשט דאס ים, די וואסערן האבן געקאכט און געזידט ווי א הייסע טשולענט שבת אינדערפרי, און א ווייסער שוים האט באדעקט די שטורמישע כוואליעס, וועלכע האבן זיך געיאגט צום מויער פונעם האפן מיט א שרעקליכער גרימצארן. די שלאנקע הויכע מאסטן פון די פארצייטישע שיפן געאנקערט אין די האפן האבן זיך געשאקלט ווי די לולבים הושענא רבה ביי די לעצטע נענועים... אזש מיר האבן זיך דערמאנט פון דעם רוח קדים וואס האט געבושעוועט אויפן רויטן ים איידער עס האט זיך געשפאלטן אין צווייען יענעם שביעי של פסח אין די באגינען...

אין אזא וועטער האבן מיר נישט געקענט צו לאנג פארבלייבן אינדרויסן, די בייזע ווינטן האבן אונז צוריק געשטויסן צום האטעל מיט די געוואלד. אנקומענדיג צו אונזער צימערן האבן מיר ספאנטאן אריינגעווארפן אונזער מידע זעקל ביינער אינעם ווייכן מאטראץ, און מיר זענען באלד פארזינקען געווארן אין א טיפע שלאף...

דינסטאג אינדערפרי – מיר וועקן זיך אויף אין באגינען, מיר פארציען די דיקע וואלנע פירהאנגען צו די זייטן, און מיר קוקן ארויס צום הימל. דער וועטער איז א פאכמארעטע און א קאלעמוטנע. מיר גרייטן זיך צו א הייסע שאל קאווע, און מיר הייבן אן אויסצופלאנירן דעם טאג. ערשט דארף מען דאך גיין דאווענען שחרית, אלזא וואו גייט מען דאווענען? דאס נאנטסטע חב''ד הייזקע געפונט זיך אין די שטאט פּראַווידענץ וואס איז א צירקע פון 33 מייל ווייט פון וואו מיר האבן זיך אויפגעהאלטן. מיר שפאצירן אראפ צום ברייטן קאָרידאָר פונעם האטעל, האָפנדיג געוואויר צו ווערן פרישע אינפארמאציע, און אט באווייזט זיך פאר אונז א איד'ל מיט א ליטוויש געשטעל, און ער פרעגט אונז וואו מיר גייען דאווענען, ענטפערן מיר אים אז דאס איז גענוי וואס מיר פראבירן אצינד אויסצוגעפינען. אנטפלעקט אונז דער אידל, אז נישט ווייט פון וואו מיר געפונען זיך אצינד, אינעם ווינדהאַם אַטלאַנטיק רעזאָרט אויף די אַקווידנעק גאס, זענען פארהאן מנינים צום דאווענען. די קינדער זענען געווען זיכער אז דער אידל איז אן קיין צווייפל געווען אליהו הנביא זעלבסט, און מ'האט אים ספעציעל געשיקט צו אונז פון הימל, אונז צו העלפן אין אונזער נויט...

מיר כאפן דעם טלית'ל און מיר לאזן זיך באלד אין וועג אריין צום ריכטונג פון די אַקווידנעק גאס. דאס וועג איז געווען גאר א הערליכער, מיר האבן זיך פארזיכטיג געשלענגלט איבער די שמאלע געדרייטע פארצייטישע געסלעך, ביז מיר זענען אנגעקומען צום פעלז-גאַנג. דער פעלז-גאַנג איז א הערליכער ארט ביים מזרח ברעג פון ניופארט, וואו מ'קען שפאצירן אדער פארן מיט א ביציקל אויף א שפיץ פעלץ וואס שטארצט אריין אינעם סאמען אטלאנטיק, מיר זענען ממש פארבלופט געווארן פון די הערליכע פאנאראמע וואס האט זיך אונז אנטפלעקט פאר די אויגן... דער ים האט זיך נאכאלס נישט געהאט אינגאנצן בארואיגט פונעם נעכטיגן נאכט-שטורעם, די וואסערן האבן האבן נאך אלס גערוישט, און געווארפן די כוואליעס מיט א קראפט, אבער מיר פארן ווייטער צום דאווענען.

אנקומענדיג צום קאנפערענץ צימער פונעם ווינדהאַם אַטלאַנטיק רעזאָרט, האט זיך אונז אנטפלעקט אן ערהאבן בילד: צענדליגע אידן, אשכנזים, ספרדים, חסידים, ליטאים, אלעס שטייט אינאיינעם איינגעהילט אין טליתים, און גיסן זיך אויס דאס הארץ צום טאטן אין הימל, הארט אויף די ברעגעס פונעם שטורעמישן אטלאנטיק... מיר האבן זיך באלד מיטגעכאפט און אפגעראכטן דאס חול המועד דאווענען מיט גרויס דערהויבנקייט...

נאכן דאווענען האבן מיר זיך צוריקגעקערט צום האטעל, וואו די בני בית האט שוין געהאט צוגעשטעלט א נארהאפטיגן פרישטאג. דער פרישטאג איז באשטאנען פון מצה, מיט פוטער פאר די קליינע, הייסע אייערשפייז און פרישע גרינצייגן, מיר האבן זיך דערקוויקט דאס הארץ, אפגעבענטש און זיך געגרייט ארויסצוגיין פארוויילן...

צוליב דער טריבער וועטער האבן מיר באשלאסן צו פארוויילן די טאג אינעם ראַדזשער ווילליאַמס פּאַרק טירגארטן. איידער מיר האבן זיך געלאזט אין וועג אריין, האבן מיר ערשט געשטעלט א פיינעם קארטאפל גולאש אויפן קראַקטאָפּ, אז מיר זאלן האבן מיט וואס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ ווען מיר קערן זיך צוריק נאך א ערשעפטער טאג. מיר פאקן איין מיטאג און מיר לאזן זיך אין וועג אריין מיטן ציל אנצוקומען צו די שטאט פּראַווידענץ, וואו דער טירגארטן געפינט זיך. נאך א שטונדע פארן האבן מיר ענדליך ערייכט צום ראַדזשער ווילליאַמס פּאַרק.

א לייכטער פרילינג רעגן האט זיך אראפגעלאזט העכער אונזער קעפ. באוואפנט מיט שירעמס אין די הענט האבן מיר געמאכט אונזער וועג אינעם טירגארטן, באטראכטנדיג די זעלטענע חיות און בהמות וואס מ'זעט אין אלגעמיין בלויז אין די טיפע אפריקאנער דזשאַנגאַלן און אין די ווייטע וועלדער אין אזיע. די קינדער האבן גוטמוטיג פאנטאזירט ווי אזוי די עלעפאנטן, לעמפערטס, זשיראפן האבן זיך געדרייט פראנק און פריי אין די גאסן פון מצרים, אנזייענדיג טויט און חורבן אויף די מצריים. דער קליינער האט בלויז געוואלט וויסן וואו ער קען זען דעם אדני השדה... מיר האבן באטראכט מיט וואונדער וויאזוי דער בת היענה שטעקט זיך דעם קאפ און דער ערד אריין, און די ראזע פלאמינגאס קראצן זיך די פיס. מיר האבן זיך געטיילט מיט אונזערע באנאנעס וואס מיר האבן געהאט אין באזיץ מיט די פריינטליכע מאלפעס וועלכע האבן זיך פאסמאקעוועט דערמיט. א גאנצן טאג האבן מיר געשמאק פארבראכט דארט אינעם טירגארטן, ביז ווילאנג דער זון האבן אנגעהויבן נויגן מערב, וואס דאס האט אנגעדייט אז מיר דארפן שוין ענדיגן פרק שירה און זיך אומקערן צוריק קיין ניו-פארט...

אנקומענדיג צוריק צום האטעל אין ניופארט, האט אונז ענטפאנגען אן איינגענעמע גערוך פון הייסע פרישע גולאש, וואס האט אונז גאר שטארק אנגערייצט דאס אפעטיט. מיר האבן אפגעדאווענט מנחה, דערנאך זיך געוואשן צו מצה, און זיך דערקוויקט דאס הארץ מיט א פיינעם אונגארישן גולאש... נאכן עסן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר איבער די היסטארישע גאסן פון ניופארט.

ניופארט איז פון מערסט-היסטארישע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן. די ערשטע קאלאניסטן וועלכע האבן באטראטן דאס באדן פון ניו ענגלאנד, זענען געווען קריסטליכע פּילגרימער. געווען איז עס אין יאר שפ''א ווען דער שיף 'מעיפלאָווער' האט נאך א שטורמישע רייזע איבער אטלאנטיק פון 66 טעג, ענדליך אראפגעלאזט איר אנקער אין די האפן - וואו ס'איז היינט די שטאט קעפ-קאד אין מאסאטשוסעטס. די פּילגרימער זענען שטארק פארפאלגט געווארן דורך די בריטישע קעניגרייך צוליב זייער רעליגיע, דערפאר האבן זיי איינגעשטעלט אין די ניו ענגלאנד קאלאניעס א גייסט פון טאלעראנץ צו רעליגיע. זיי האבן הייליג געגלייבט אז יעדער מענטש האט די רעכט צו דינען גאט וויאזוי ער זעלבסט פארשטייט, און די רעגירונג האט זיך אין דעם נישט וואס צו אריינצומישן. דערפאר אפילו שפעטער ווען עס איז געקומען צו ראַטיפיצירן די קאָנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן, איז ראוד איילענד אויף די איניציאטיוו פון ראַדזשער ווילליאַמס און נאך געווען די לעצטע דאס צו טאן. נעמליך, ווייל איז די קאָנסטיטוציע ווערט נישט דערמאנט קלאר די צושיידונג צווישן קירכע און שטאַט. עס האט גענומען ביז די ערשטע טאטעס האבן פארשפראכן צו באהעפטן צו די קאָנסטיטוציע דעם בילל אוו רייטס, אין וועלכע רעליגיעזע פרייהייט ווערט גאראנטירט פאר יעדע בירגער אייניג-גלייך. בלויז דאן האט ראוד איילענד איינגעשטימט צו ראַטיפיצירן די קאָנסטיטוציע, און ראוד איילענד איז דאן געווארן דער דרייצענטער שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, און א זעלבסטשטענדיגע אמעריקע איז געבוירן געווארן.

דאס ראַטיפיצירן די קאָנסטיטוציע איז געווען גאר א גרויסע געשעעניש. אין ליכט פון די געשעעניש איז ניופארט באעהרט געווארן מיט א באזוך פון א גרויסער געשעצטער גאסט. אין יאר תקמ''א, האט פרעזידענט דזשארזש וואשינגטאן אינאיינעם מיט זיין סעקערטערי אוו סטעיט טאמעס דזשעפערסאָן אפגעשטאטעט א באזוך אין ניו-פארט. דער פרעזידענט איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס עקסטאז און איבערראשונג דורך די איינוואוינער פון שטאט. אין זיין רעדע וואס ער האט שפעטער געהאלטן האט דער פרעזידענט ווידערהאלט זיין פארשפרעכונג, אז אלע בירגער אין די דרייצן שטאטן זענען פולשטענדיג פארזיכערט מיט רעליגיעזע פרייהייט, און די רעגירונג קען אבסעלוט זיך נישט אריינמישן, און זיכער נישט אפהאלטן קיינעם פון פראקטיצירן זיין רעליגיע וויאזוי ס'געפעלט אים.

אין ניופארט האבן שוין דאן געוואוינט אידן. א דאנק די גייסט פון טאָלעראַנץ צו רעליגיע מיט וואס ניופארט האט זיך געהאט אויסגעצייכענט, האבן זיך פילע פּאָרטוגעזיש-אפשטאמיגע אידן באזעצט אין ניופארט. זיי אדער מער-ווייניגער זייער עלטערן זענען אנטלאפן פון שפאניע און פון פּאָרטוגאל צוליב די שווערע פארפאלגונגען פון די ארטיגע אינקוויזיציע. אין ניופארט האבן זיי געהאט די מעגליכקייט צו פראקטיצירן זייער אידישקייט אין די עפענטליכקייט אומגעשטערט. אבער טראץ די טאלעראנץ צו רעליגיע וואס איז געווען איינגעשטעלט אין ניופארט, זענען אידן פארט נישט פאררעכנט געווארן אלס לעגעטימע בירגער, און זיי זענען נישט געווען ערלויבט צו דינען אויף קיין שום אפיציעלע רעגירונג-אמטן. אפילו אזא אנגעזענער רייכער סוחר ווי אהרן לאפעז - דער רייכסטער מאן אין גאנץ ניופארט, איז צוריקגעוויזן געווארן פון צו דינען אינעם שטאט-ראט צוליב זיין אידישקייט. נישט בלויז דאס, נאר אהרן לאפעז האט זיך באנוצט מיט זיינע אייגענע שיפן צו שווערצן און שמוגלען געווער און מיניציאן פאר די קאנטינעטאל ארמיי, וואס האט שטארק געהאלפן וואשינגטאן צו באזיגן די ענגלענדער, פארט איז דאס אלעס אים נישט בייגעשטאנען, און ער איז נישט ערלויבט געווארן קיין בירגערשאפט צוליב דעם ווייל ער איז געווען א פארהאסטער איד.

דער פרנס פון די אידישע קהלה אין ניופארט איז דאן געווען רבי משה סעיקסאַס, און אפגעזען פון די פארשפרעכונג פון פרעזידענט וואשינגטאן, איז ער נאכאלס געווען היפש סקעפּטיש איבער די צוקונפט פון רעליגיעזע פרייהייט אין אמעריקע, דערפאר האט ער אפגעשריבן א בריוו צו וואשינגטאן אין וועלכע ער שילדערט זיינע זארגן. די אנטווארט פון פרעזידענט האט נישט געשפעטיגט צו קומען... ח' אלול תק''מ האט רבי משה סעיקסאַס ערהאלטן א בריוו געשריבן דורך דעם פרעזידענט פערזענליך, אדרעסירט צו די אידישע קהלה אין ניופארט. אין דעם בריוו פארזיכערט וואשינגטאן, אז אידן אין אמעריקע זענען פולקאמע פרייע בירגער, און זיי זענען אויסשליסליך בארעכטיגט צו פראקטיצירן זייער רעליגיע גענצליך אומגעשטערט. און דער פרעזידענט ענדיגט זיין בריוו מיט די פאלגענדע ווערטער: עס זאל זיין דער ווילן פון באשעפער, אז די קינדער פון די סטאדע פון אברהם וועלכע וואוינען אין דעם לאנד, זאל ווייטער פאָרזעצן צו פאַרדינען און הנאה האבן פון דעם גוטן ווילן פון די אנדערע באשעפענישן; און ער ציטירט די ווערטער פונעם הייליגן נביא מיכה המורשתי: אין די צייט וואס זיי זיצן זיכער, יעדער אונטער זיין וויינשטאק און אונטער זיין פייגנבוים אן קיין ציטערניש – אונטערגעשריבן: זשארזש וואשינגטאן. דער בריוו געפונט זיך היינט צו טאגס אויף אויסלייג אינעם אידישן מוזיאום אין פילאדעלפיע. דער בריוו ווערט אויפגעלייענט יעדעס יאר אינעם דריטן וואך פונעם אויגוסט מאנאט אין א ספעציעלע צעראמאניע אין דעם טארא שול.

אבער טאטי וואו געפונט זיך די שול? האבן די אידן אין ניופארט נישט געדאווענט אין קיין שול? זיי האבן געדאווענט ווי אונז אינעם ווינדהאַם אַטלאַנטיק רעזאָרט? אה... זייער גוט געפרעגט! דאס איז פאר ענק אן איבעראשונג פאר מארגן, אצינד קערן מיר זיך צוריק צום האטעל, מיר דאווענען מעריב און מ'גרייט זיך צום צווייטן נאכט שלאף אין ניופארט!

מיטוואך אינדערפרי האבן מיר געהאלטן אונזער ווארט. באלד נאכן דאווענען און פארבייסן, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צו דעם היסטארישער קווארטל אין ניופארט. דארט אויף טארא גאס נומער 85, שטייט דער עלטסטער בית מדרש אין אמעריקע. דער שול האט געהערט צו די קהילה קדושה ישועות ישראל. דער שול איז די איינציגסטע פארבליבן פון די פינף פראכטפולע שולן וואס האבן עקזיסטירט אין צפון אמעריקע איידער די רעוואלוציע וואס שטייען נאך היינט צו טאגס, און עס פונקציאנירט נאך געהעריג מיט אן אקטיווער מנין.

דער שול איז באנייעט געווארן די ערשטע טאג חנוכה אין יאר תקכ''ד. דאס באנייאונג פונעם שול איז געווען גאר א גרויסער געשעעניש – נישט בלויז ביי אידן נאך אויך ביי די לאקאלע גוים. די באפעלקערונג האט געזען אין דעם נייעם שול די פארפילטע וויזיע פון די פּילגרימער פון טאלאראנץ צו רעליגיע. דער שול איז געבויט געווארן דורך דער לעגענדאַרער פילאַנטראָפּ רבי יצחק טארא, מיט די הילף פון די קהלה שארית ישראל אין ניו יארק.

דער שול שטייט אויפ'ן שפיץ פון א בארג, און איר ארכיטעקטור איז אייגנארטיג פון אלע אנדערע געביידעס, צוליב דעם וואס דער שול איז געבויעט מיט איר פנים צו מזרח. דער שול איז געבויעט געווארן דורך דעם בארימטן ארכיטעקט פון ראוד איילענד, פיטער העריסאן. דער שול פארמאגט שיינע הויכע פענסטער, און 12 הערליכע אויסגעשניצטע זוילן וואס האלטן אונטער די ווייבער שול וואס געפינט זיך אין די הויכן. די צוועלף זוילן זענען קעגן די צוועלף הייליגע שבטים די קינדער פון יעקב אבינו. ביים דאווענען שטייט דער חזן אויף די בימה אינעם צענטער פון שול, ווי עס איז די איינפיר אין די פּאָרטוגעזישע בתי מדרשים. ס'איז פארהאן א לעגענדע אז אונטער די בימה איז פארהאן א געהיימע טונעל וואס פירט צום ניופארטע האפן, וואס העריסאן האט געבויעט אויף די פארלאנג פון די געמיינדע-מיטגלידער, צו קענען אנטלויפן אין פאל פון נויט. זיי האבן נאך געלעבט אין פארכט פון די אינקוויזיציע... דאס איז אבער נישט אינגאנצן וואהר, ס'איז בלויז א אלגעמיינע קעלער וואס איז געבויעט געווארן ווארשיינליך צוליב פראקטישקייט. אויף דרום איז פארהאן א קליינע ארומגעצוימטע פלאטפארמע וואו דער פרעזידענט פון די קהילה זיצט ביים דאווענען. און ווען א פראמינענטער פערזענליכקייט באזוכט די שול, באקומט ער אויך די עהערע צו זיצן אויף דעם פלאטפארמע אינאיינעם מיטן פרעזידענט.

ס'ווערט פארציילט אז פאר דריי אמעריקאנער פרעזידענטן זענען צוגעטיילט געווארן די עהערע צו זיצן אויף יענעם פלאטפארמע ווען זיי האבן באזוכט די שול. דזשארזש וואשינגטאן ווען ער האט באזוכט ניופארט ווי פריער ערווענט, דווייט אייזנהאוער, און דזשאן עף. קענעדי. ס'איז אינטערסאנט צו באמערקן, אז די היינטיגע שול פרעזידענט זיצט נישט אויף די פלאטפארמע. פארוואס? ווייל זי זיצט אויבן אין די ווייבער שול מיט די פרויען, ווארום זי איז א הויכגעשעצטע פרעזידענטקע.

אינעם שול האבן מיר אויך געזען א אור-אלטע היסטארישער ספר תורה, וואס די פּאָרטוגעזישע קהילה אין אמסטערדאם האט געשאנקען פאר די שול אין טאג פון איר באנייאונג. ס'ווערט געשאצט אז די ספר תורה האבן נאך די אנוסים מיטגעברענגט מיט זיך פון שפאניע ביי גירוש שפאניע. דער ספר תורה איז שטענדיג אויפגעמישט ביי די שירת הים, און עס איז געשריבן לויט ווי אזוי די ספרדים שרייבן. ווי אויך קען מען אויך זען די היסטארישע חנוכה מנורה אין וואס מ'האט אנגעצינדן דאס ערשטע ליכטל אין טאג וואס מ'האט באנייעט די שול. די אויג-פארכאפנדע שיינע הענג-לייכטער און ווי אויך די לייכטער ביי די בימה זענען נאך אלע די אָריגינעלע פון ווען מ'האט געבויעט די שול. עס איז געמאכט פון ריין קופער און עס אויסגעקריצט מיט מייסטערהאפטיגע שניצערייען, און די נעמען פון די אידן וואס האבן עס געשאנקען זענען אריינגעקריצט אין זיי. מיר זענען געווען זייער באגייסטערט און אינספירירט צו באטראכטן די הערליכע היסטארישע אור-אלטער טארא שול און לערנען איבער איר אינהאלטסרייכע היסטאריע.

חנוכה תקל''ז – בלויז דרייצן יאר נאך די באנייאונג פון די טארא שול, האבן די ענגלענדער אינוואנדירט ראוד איילענד. אדמיראל הענרי קלינטאן מיט זיינע טרופן, האבן געשטורעמט די ברעגעס פון ניופארט און אנגעהויבן מיט די אקופאציע אין די שטאט. דאס מערהייט פון די אידן אין שטאט זענען געווען הייסע פאטריאטן, און זיי האבן נישט געוואלט פארבלייבן וואוינען אונטער די יאך פון די פארהאסטע ענגלענדער, דערפאר האבן זיי געפליכטעט פון ראוד איילענד. יצחק טארא אין באצוג צו די אנדערע אידן איז געווען א לויאליסט, און ער האט זיך געהאלטן געטריי צום ענגלישן קרוין. ער האט באוויזן צו באאיינפלוסן די בריטישע קאמאנדא, אז זיי זאלן פארוואנדלען די שול צו א מיליטערישע שפיטאל, מיט דעם האט ער געהאפט אפצוראטעווען די שיינע שול פון רואינירט ווערן דורך די ענגלענדער. די ענגלענדער האבן זיך גאר שטארק גענויטיגט אין האלץ זיך צו ווארימען דורכאויס די קאלטע ווינטערס אין ניו ענגלאנד, דערפאר האבן זיי געריסן האלץ פון אלע אפעציעלע געביידעס אין די שטאט אן קיין רחמנות, און בלויז א דאנק די קלוגע עצה פון רבי יצחק טארא איז דער שול אפגעשוינט געווארן, ווארום די ענגלענדער האבן דאס פארשוינט ווייל זי האט געדינט אלס א מיליטערישער שפיטאל פאר זייער אייגענע זעלנער...

כסלו תקל''ז איז געלונגען פאר די ארמייען פון דזשארזש וואשינגטאן צו פארטרייבן די בריטישע זעלנער פון ראוד איילענד. די אידן האבן זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן צוריקצוקערן צו ניופארט. אבער ניופארט האט שוין קיינמאל נישט צוריקבאקומען איר אמאליגער עקאנאמישע גלאנץ. די אונטערנאציאנאלער האנדל האט זיך אוועקגעצויגן פון ניופארט קיין באסטאן – מאסאטשוסעטס. אין רעזולטאט האט די קהילה ישועות ישראל אויפגעהערט וואקסן. די צושטאנד איז געווארן אלס ערגער און ערגער, אזש אין יאר תקפ''ג איז די היסטארישע טארא שול געווען טראגיש געצווינגען צו שליסן אירע טויערן נאך 60 יאר זיין אפן!

יארן שפעטער ווען ניופארט איז פארוואנדעלט געווארן צו א זומער-וואקאציע ארט פאר די רייכע לייט פון די יארק, האט אידישקייט עטוואס צוריק אויפגעלעבט, און די שול האט צוריק געעפענט אירע טויערן, און עס איז פארבליבן אפן ביז צום היינטיגן טאג.

נאך די באזוך אין די שול זענען מיר לאנגזאם ארום געפארן איבער די געסלעך פונעם היסטארישע קווארטל. מיר האבן באטראכט מיט גרויס וואונדער די אלטע הייזער וועלכע שטייען נאך גאנץ פון די קאלאניע עפאכע. די הייזער פארמאגן בלעכענע שילדן אויף די טויערן, וועלכע פארציילן איבער דער פראמינענטער פיגור וואס האט געוואוינט אינעם הויז אין יענע טעג.

פונעם היסטארישע קווארטאל האבן מיר געמאכט אונזער וועג דורך דעם אקעאן דרייוו היסטאָריש באצירק – דאס איז א צירקע פון צען מייל וואס לויפט פּאַראַלעל מיט'ן אטלאנטישן אקעאן. מיר האבן געקענט אנכאפן די כוואליעס מיט די בלויזע הענט, אזוי נאנט צום אקעאן זענען מיר געפארן. מיר זענען דורך געפארן די מייעסטעטישע מעכטיגע פאלאצן ביים בארטן פון ים, וואו די רייכע לייט פון ניו יארק, מאסאטשוסעטס, און קאנעטיקעט האבן זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די הייסע זומער טעג. מ'קען ווירקליך אריינגיין און עס באטראכטן פון אינעווייניג, מיר האבן אבער נישט געוואלט אז די בני בית זאל באקומען גרויסע השגות, האבן מיר באשלאסן דאס איבערצוהיפן. מיר האבן געגעסן מיטאג אויפן פעלד ביים וואסער, געדאווענט מנחה, און צוריק געפארן אהיים קיין ניו יארק!.....

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר