ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 911 מאל

ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח?

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

חסל סידור פסח כהלכתו פון שנת תשפ"ב;
שוין צאם-געפאקט די כלים גרייט פאר דעם קומענדיגען יארע, די אשת חיל’ס קאפ איז שוין צוריק איינגעטונקען אינעם חמצ’דיגען טאפ, און יעצט בואו חשבון דער מאן ברויכט שוין באצאלן די קרעדיט קארד ביללס.
און ווי האט זיך יענער גוט-זאגער אויסגעדריקט: "מאן און ווייב ביידע לויפן נאך יו"ט, דער מאן לויפט צום באנק די פרוי צום וואג, נאר דער מאן זעהט א מיינעס און די פרוי א פלאס..."

און אזוי שמועסענדיג בדיבוק חברים קומט אויס לפי חשבון אז א דורכשניטליכע משפחה צאלט פאר יעדן קאפ -גלגולת א ערך פון כאטש $900,

דער חשבון איז צווישן גראסעריס - מצות - פלייש - בגדי צבעונין פאר די פרויען און בגדי שחורים פאר די מענער.
אין אנדערע ווערטער א נארמאלער דורכשניטליכער פארדינער דארף זיך ברעכן קאפ וויאזוי מאכט מען דעם פסח, און אפילו נאך די אלע באונעס’ס כסף מנלן?
איז מיין שאלה וואס קען מען טוהן אז עס זאל נישט אזויפיל קאסטן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר