סיפורים נפלאים פין גערער רבי שליט"א

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1368 מאל

סיפורים נפלאים פין גערער רבי שליט"א

שליחה דורך היסטאריע »

ליינענדיג דער וויכוחא רבא וואס איז דא נתפרסם געווארען, האב איך געקלערט, עס איז שאד נישט מיטצוטיילען פאר'ן עולם די ענינים נפלאים וואס שטייען דארט געשריבען. הגם די שרייבערס פין די קונטרס ווילען בעיקר ארויס ברענגען וואס די חסידים פין גערע רבי האלטען, זענען אבער מיר געוועהן העכסט אינטרעסאנט די פאר מעשה'לך וועגען דער רבי אליין. עס ווייזט זיין אנושיות אויף א שטארקע אופן, וואס איז נישט אזוי באקאנט.
מעשה א'
כבוד בית גער
בשעה דער פרשה פין בערלינער, בין איך (הרב פרץ ר"ב) אריין צום רבי און געפרעגט, ברלינר האט דאך אונטערגשריבען בוררות ביי רב באב"ד (לכאורה ר' נפתלי מאיר פין טארטיקוב), פארוואס שלאגט מען זיך מיט א מענטש וואס איז מסכים צו גיין אין דין תורה? האט דער רבי געפרעגט, דער באב"ד ווייסט וואס מיינט גער? ער פארשטייט וואס דאס איז גער? האב איך גענטפערט, וואס איז דער שאלה? ער ווייסט וואס דאס איז די תורה! נישט וואס איז גער. עס איז דא א שולחן ערוך, און דאס קען ער! פארוואס דארף ער וויסען וואס דאס איז גער אדער דער כבוד פין בית גער?
(ווען דער רבי פרעגט מיר, רנ"מ באב"ד וואלט זיך געבויגן פאר אביסל טעראר, נישט געזארגט).
דערנאך האט דער רבי געפרעגט, וויפיל פראצענט גיבסטו אז גער זאל געווינען די דין תורה? האב איך גענטפערט, 90 פראצענט. צולייגענדיג, אז דווקא אין דין תורה איז דא מער האפענונג אז גער זאל געווינען. ווייל אין געריכט וועט לכאורה ברלינר געווינען. אבער דער רבי האט זיך געהאלטען ביי זייניגע, אז מען זאל נישט גיין צו דין תורה, זאגענדיג, אויב גער וועט פארלירען, וואס וועט זיין מיט כבוד בית גער? בעסער גיין אין קארט! (לכאורה איז פשט ווייל אין קארט אפילו מען פארלירט איז נישטא אזא גרויסע בזיון).
מעשה ב'
א ענליכע מעשה.
ווען עס איז געוועהן די מחלוקת וועגען דער בעלות אויף א בית המדרש, צווישען גער און רב מנדלסון פין חב"ד אין ערד, האט מאיר גלוזמן דער משב"ק פין גערע רבי גערופען רבי בצלאל ווקסלשטיין, (געוועהן דער גרעסטע דיין אין גער דעמאלס, שפעטער האט מען אים מסלק געוועהן צוליב זיין נישט וועלען עובר זיין די הלכה), און דער משב"ק האט געזאגט אז דער רבי אין נעבען אים, און וויל וויסען אויב גער האט א שאנס צו געווינען אין א דין תורה. האט ר' בצלאל געזאגט אז גער האט 50 פראצענט שאנס. האט דער רבי געזאגט "אויב אזוי ווען מען גיין אין געריכט".
מעשה ג'
לשם שמים?
פאר אסאך יאר צוריק האט א עסקן א גערע חסיד פין אשדוד, געוואלט אויפטוהן אז מען זאל אוועקנעמען די מיאוס'ע אדווערטייזמענט'ס פין די גאסען, ער האט שוין געפועל'ט ביי פארשידענע פרייע חברי כנסת אז זיי זאלען מסכים זיין אויף דעם, מיט דער אויסרייד אז עס איז א סכנה פאר דרייווערס וואס ווערען נמשך נאך דער סיין. אלץ איז שוין געוועהן מסודר מצד די חברי כנסת. אבער דוקא ח"כ יעקב ליצמן, וואס זיין הילף פאר דער ענין האט קריטיש אויסגעפעלט, האט נישט מיט געשטימט. און האט זיך ארויסגעדרייט אז ער דארף דער רבי'ס הסכמה אויף דעם. האט דער עסקן מיר (ר' פרץ ר"ב) געבעטען איך זאל באקומען דער רבי'ס ברכה אויף דער פראיעקט, מציל צו זיין אידישע קינדער פין זעהן מיאוס'ע בילדער.
בין איך אריין צום רבי'ן, און פארגעלייגט דער ענין. האט דער רבי מיר געזאגט, "ער (דער עסקן פין אשדוד) מיינט נישט לשם שמים", און האט נישט געוואלט געבען זיין הסכמה אז ליצמן זאל מיט יענעם מיטארבעטען.
איך האב פראבירט זאגען פאר דער רבי, וואס איז א חילוק אויב מען מיינט לשם שמים אדער נישט? סוף סוף וועלען אידישע גאסען זיין ריין פין שלעכטע בילדער! אבער דער רבי האט זיך ג'עקשנ'ט און נישט געוואלט געבען זיין הסכמה, ווייל יענער מיינט נישט לשם שמים.
שפעטער איז מיר נתברר געווארען אז דער עסקן איז "פארברענט" געווארען ביים רבי'ן, צוליב אן אנדערע מעשה וועגען דער "חוף הנפרד" אין אשדוד. (איינער ווייסט וואס דארט איז געוועהן?)
מעשה ד'.
סנדקאות יעדעס טאג.
צוליב אזעלכע מעשה'ליך, האב איך נישט געוואלט געבען פאר דער רבי קיין סנדקאות ווען מיין זוהן איז געבוירען. אבער פונקט אין דער טאג פין מיין זוהן'ס ברית איז נישט געוועהן נאך ברית'ן. אלע משמשים, האבען מיר געבעטען אז איך זאל געבען פאר דער רבי סנדקאות. ר' יוסף שיף האט מיר גערופען צענליגע מאל און געזאגט אז פאר די רבי איז חשוב צו האבען סנדקאות יעדעס טאג. איך האב אבער געזאגט אז איך וויל סנדקאות פאר מיר מחמת א ענין. דער רבי האט נישט גערעדט מיט מיר פאר א חודש און א האלב. ביז אונז האבען מיר זיך איבערגעבעטן.
מעשה ה'.
בעסער רבית ווי היתר עיסקא.
זייענדיג דער גבאי פין דער גמ"ח, האב איך געהאט א פלאן, יעדער אברך זאל איינלייגען 300 שקל א חודש צו דער גמ"ח, און ווען ער וועט קויפען א דירה וועט ער באקומען א הלוואה פין 300 טויזענט שקל. וויבאלט דער זאך איז פארבינדען מיט א שאלה פין רבית, האב איך געוויסט אז מען וועט דארפען אונטערשרייבען א היתר עיסקא. ווען דער רבי האט געהערט פין דער רעיון, האט ער גאר שטארק הנאה געהאט פין דער רעיון, און געוואלט אז דער זאך זאל ווייטער אויסגעפירט ווערען, אבער געזאגט, אז וויבאלט דער בית ישראל האט נישט אונטערגעשריבען א היתר עיסקא, ממילא ווען מען דא אויך נישט אונטערשרייבען קיין היתר עיסקא. (נאר טוהן דער זאך אהן א היתר עיסקא). ווען איך האב מיר פארעקשנ'ט אז עס איז גאר א שטארקע שאלה פין רבית, און קען אפילו זיין א דאורייתא, האט דער רבי געזאגט, אז טאמער מען מאכט עס מיט א היתר עיסקא, איז ער קעגען דער גאנצע רעיון!
מען האט מיר געבעטען איך זאל פראבירען אריין גיין און פראבירען מסביר זיין אז דאס איז נישט קיין שפיל, נאר א איסור ממש, און עס איז נישטא קיין ברירה און מען קען עס נישט טוהן אהן א היתר עיסקא.
בין איך אריין צום רבי'ן, מיט א שו"ע יו"ד, און געוויזען אין הל' רבית ק"ס סעיף ט', דער רמ"א און ב"י, וואס פין דארט קומט אויס אז עס איז רבית קצוצה וואס איז א דאורייתא. הערשט דעמאלס ווען דער רבי האט געזעהן וואס שטייט בפירוש, האט ער חוזר געוועהן פין זיין התנגדות און געזאגט בשפה רפה, "אויב די ווילסט קענסטו אונטער שרייבען א היתר עיסקא". למעשה איז דער רעיון נישט נתגשם געווארען.
מעשה ו.
ראש ישיבה איז א רודף
פאר אסאך יאר צוריק, בין איך אריין צום רבי'ן, און געזאגט אז עס איז דא אסאך בחורים וואס האבען נישט קיין סיפוק פין לערנען בקיאות, און מצד זייער טבע זענען זיי מער געשטימט צו לערנען עיון, און מען זאל טרעפען פאר זיי א אנדערע מהלך אין לערנען. דער רבי האט געפרעגט וואס איך בין מציע. האב איך פארגעלייגט, אז עס זאל זיין א קבוצה וואס זאל לערנען שטאטער די גמרא און הערן א שיעור פין ראש ישיבה, אזוי וועט ער אויך קענען געבען שיעורים.
דער רבי האט געזאגט אין א כעס. "בשום פנים ואופן, ער איז א רשע מרושע!" אויף דער שאלה פארוואס? האט דער רבי געזאגט "ער רודף'ט מיר שוין דרייסיג יאר".
האב איך פארציילט פאר דער רבי, אז דער ראש ישיבה האט מיר אליין געהייסן פרעגען דער רבי וועגען א נאמען פאר מיין טאכטער, און ווי זעהט דער רבי אז ער איז רודף?
האט דער רבי געזאגט, ער גראבט מיר אונטער דער בענקעל כסדר.
מעשה ז'.
מפייס זיין ווען יענער איז גערעכט
אמאהל אין א שמועס האט דער רבי מיר געזאגט, אז ער האט ריעל עסטעיט אין צפון, וואס עס איז דא אויף דעם א דין ודברים מיט א געוויסע מענטש, און דער רבי וויל איך זאל יענעם מפייס זיין. האב איך געפרעגט דער רבי, דער ריל עסטעיט אין צפון איז ווערט גאר ווייניג, און דער זעלבער מענטש אבער, האט אויף דער רבי אסאך שטערקערע טענות וועגען א אנדערע שטיקעל ריעל עסטעיט, וואס איז אין סענטער, און איז ווערט אסאך, און עס מאכט סענס מיט אים זיך דורכקומען אויף אלעס. האט דער רבי געזאגט, "דער ריעל עסטעיט אין סענטער איז דאך באמת מיינס". (והמבין יבין).
מעשה ח'.
דער תורה פין רבי
מיט דער אייגינע אויגען האב איך געזעהן, ווי שמעון רוטשטיין, דער איידעם פין רבי, ברענגט פאר די רבי די שמועסן וואס מען האט אים צוגעגרייט פאר דער קומענדיגע שבת. דער רבי האט עס איבערקגעקוקט פאר צוויי מינוט, און געשריבען אויף טשעק אויף איין שטיקעל, און א עקס אויף דער אנדערע, און גלייך צוריק געגעבען צו רוטשטיין. און פין דארט גייט עס צו ר' יצחק מאיר טאומן ער זאל זאגען דער "איבערשמועס".
איך פערזעהנליך האב אמאהל געהאט דער נענסטער פלאץ מעגליך צום רבי'ן חנוכה ביינאכט. און איך האב געוואלט הערען פין זיין מויל ווי ער זאגט דער "שמועס". און קען מעיד זיין אויף זיכער, אז פין דער גאנצע שמועס וואס מען האט שפעטער מפרסם געוועהן, האט דער רבי אפשר געזאגט צען ווערטער....
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר