בוסייר ישיבה אין פראנקרייך - שיטת נבהרדק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

בוסייר ישיבה אין פראנקרייך - שיטת נבהרדק

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב געוואטשט נישט לאנג צוריק די דאקומענטרי לצאת מבוסייר ציוואס וואס @נחום הסופר האט געלינקט דא אויף קאווע שטיבל און ס'האט מיר געמאכט טראכטן. איך ווייס אז די בחורים האבן געליטן דארט. איך ווייס אז מסתמא האבן עס די מחנכים נישט געטוהן לשם שמים און איך ווייס אויך אז מיר אלע האבן געליטן א מעין זה אין אונזערע ישיבות אבער ס'האט מיר נאכאלס געמאכט טראכטן אולי יש דברים בגוי? אפשר איז עפעס דא א שמץ של אמת אין דער שיטה?

א מענטש וועט דאך געבוירן און לעבט מיט א סארט סעלף סענטערדנעס און אני ואפסי עוד. א חשיבות צו דער סעלף אהן א מאסגיבנדען פשט אדער גראונד. און דאס קען דאך פירן אז אויב געשעהט עפעס צו'נעם, עמיצער רידזשעקט אים, ער דערגרייכט נישט עפעס וואס ער האט זיך פאררעכנט פולי דעזערוועבל וכו', ווערט מען זייער צעבראכן ווייל מען האט געמיינט אז מ'איז עפעס ווייסעך וואס. אבער אז מען קומט און מען צעשמעטערט טאטאל דעם גאווה עצמית דורך פיזישע און גייסטישע השפלה פשוטו כמשמעו בלייבט דאך נישט איבער מער וואס צו צעברעכן. ווי אויך ווייסט דער מענטש אז יעצט פונדאסניי אויפצובויען דעם 'סעלף' ברויך ער עס בויען מיט עפעס באמת ווערטפול און חשוב לכשעצמו/ה, אן אַטריביוט אדער קוואליטי וואס מאכט דיך חשוב אביעקטיוולי, און נישט סתם ווייל דו ביסט געבוירן און דו האסטיך זייער ליב. און איינמאל מען איז בויעט אויף א שוויות עצמי צוליב אן איינגעקויפטע אייגנשאפט, אזאנס איז דאך שוין נישט שייך צו צעברעכן נאכאמאל דורך עמאציאנעלע השפלה. יא, ס'דא זאכן, ווי למשל געלט, וואס מ'קען אפשר צונעמען אבער אפי' אזוי, אויב די זאכן האסטו עררייכט צוליב א כישרון וואס דו ווייסט האסט געארבעט אויפדעם, איז ווידער שפירסטו גענוג קאנפידענט זיך אויסצולאכן און שטענדיג קענען זיך צוריק כאפן, ערהוילן און אנהויבן פונדאסניי. און וואו אדער ווען אין לעבן קען מען אזא אפעראציע דורכפירן אויב נישט אין ישיבה אין די בחורישע יארן?

דער אמת איז אפי' לאמיר שוין זאגן דער בחור איז נישט מצליח צו עררייכן עפעס אן אביעקטיווע כישרון אדער זאך קען מען נאכאלס נישט אזא איינעם צעקלאפן ווייל דאס אליינס, ווען א מענטש ווייסט אז מען האט אים שוין דאס גאנצע זעלבסט ווערדע צעקלאפט און ער גייט נאך אהן, ער לעבט נאך און איז דאס אלעס איבערגעקומען און ער דארף נישט אנדערע מענטשנ'ס הסכמות, איז גענוג צו ווידעראויפבויען זיין זעלבסט שוויות מיט עפעס וואס מען קען נישט מער צעברעכן. פארפאלן, דאס געפיהל פון זיך האבן אויסגעארבעט איז א סארט חיסון וואס ארבעט געגן משברים צו ס'איז יא אויסגעהאלטן צונישט.

און אפשר דאס אז סתם מענטשן פארשטייען דאס נישט קומט פון א מין קנאה, רוגזה און שטוינונג וואו ס'קען א מענטש וואס האט נישט גארנישט און ווייסט נישט גארנישט זיך נאך גרויסהאלטן און זיך נישט צוטוהן מאכן פון סנובּערי אדער אנדערע מאטריעלע חסירים וכו'?

וואס זאגט דער עולם?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר