כ'האב מיר פונקט געטראכט...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

כ'האב מיר פונקט געטראכט...

שליחה דורך באהעלפער »

ס'געווען א יונגערמאן וואס האט מזמן לזמן געהאט א רייבעניש מיט זיין ''שווער''... אז יענער האט אויפ'ן איידים אלץ געקוקט און געגרימעט מיט טענות, און ווידער דער איידעם האט געהאט נישט ווייניג בושות פונעם שווער, און ס'האט זיך שוין איבערגעגאסן.

איין טאג גארטעלט זיך אן דער איידים און טרעט צו – צום שווער און הייבט אן באהאנדלען דעם מצב; רעב שווער לעבן... ס'דא תרי''ג מצוות! מיט מנהגים און גדרים און תקנות... ובכן, יעדער איינער האט ביי זיך א ווייסע ליסטע פון מצוות, וואס דאס איז ביי עהם ממש א חוב קדוש; ווידער א צווייטע ליסטע, וואס מהיכי תיתי, ער שלונגט זיי איין בהיסח הדעת כלאחר יד...

א שטייגער – זעצט פאר דער יונגערמאן צום שווער – איך שטיי אויף פארטאגס און דאווען און לויף צום ארבעט, כדי אויסצוהאלטן די משפחה, און כ'פארדין ערליך געלט; ווען ס'קומט שבת ביים לייענען, מהיכי תיתי שמועס איך יא, און מיט א גארטל גיי איך נישט...

ווידער דער שווער זאל מאריך זיין, שטייט אויף 'נאך' חצות, א כפרה זמן קרי''ש ותפילה, א כפרה פרנסה פאר'ן שטוב, אבער רעדן שבת ביים לייענען? חס ושלום... מ'שושקעט און נוקעט אויף שטום לשון – ביז היסטערישע בזיונות...

פירט אויס דער יונגערמאן; לאמיר מאכן א פשרה; איך בין מקיים איין האלב תורה, און דו האלט די אנדערע האלב, און טרעט נישט אריין אין מיין שטח...

מענין לענין; האב איך שרייבער פון די שורות באמערקט א ענליכע זאך; בלויז ביים גיין אין מקוה ערב שבת!

ס'דא אזעלכע וואס באקומען א קראץ ביי איין ענין, ווי צום ביישפיל, זיי קענען נישט פארשטיין וויאזוי קען מען זיך אויסבלאזן די נאז אין שויער... ס'דאך ממש אומ'מענטשליך... אבער צו טרעטן אויף יענעמס פוס אויבן אין שול? אה דאס טוהט יענער יא.... ער פארשטייט בכלל נישט ווי ס'קומט אריין מענטשליכקייט ווען מ'איז עהם מעורר דערויף.

א צווייטער שרייעט שוין צום דריטן בחור; אז דו האסט גענוצט א האנטוך, זיי מוחל לייג עס אריין אינעם קאנטעינער פון די גענוצטע... זיי נישט קיין פוילער יונג! אבער אז איר וועט עהם בעטן א טובה – אייך אריינצולאזן אין מקוה מיט זיין קארטל, ער קען נישט ער טאר נישט, ער ווייסט נישט... גוט, איר וועט עהם בעטן ביים קאווע דעם פלעשל מילעך... ער יאגט זיך... ער הערט נישט...

א דריטער האט א קראץ ביים הערן איינעם מאכן א האפטשו!

ביסטו געזונט? איך דארף אטעמען דיין שלוקערצען?... פארוואס קענסטו נישט ארויסגיין אין פאליש מאכן האפטשוס... פארוואס קענסטו נישט האלטן שטיל דיינע היק'אופס... פארוואס דאס, פארוואס יענס... אבער פארוואס ער קען נישט פוצן זיין אייגענע פארפוילטע ציין, וואס יעדער אין היכל האט שוין זוכה געווען עס צו זען ביים הערן זיינע דברי דרך ארץ ומוסר – שלוש פעמים בתפילה.... ער האלט עפעס נישט פון דעם לוקסוס....

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר