בית דין משפט התורה מהו, ודין "היימישע בית דין"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

בית דין משפט התורה מהו, ודין "היימישע בית דין"

הודעהדורך ששון ושמחה » זונטאג יוני 26, 2022 8:04 pm

אין קרית יואל איז דא א פריוואטע פרשה פון א גט, ווי א אינגערמאן איז גרייט צו גיין אין בי"ד און ווי די הלכה איז אז דער נתבע קלויבט די בי"ד, וויל ער גיין צו בי"ד "משפט התורה". די ווייב'ס זייט האלט אבער אז די בי"ד איז נישט קיין גוטע בי"ד, און שרייט אז ער איז א מסרב לדין ווייל ער וויל נישט גיין אין א "היימישע בי"ד".

ס'פעלט נישט אויס דא צו שרייבן פריוואטע נעמען, אבער פאר מיר איז אינטערסאנט צו שמועסן צוויי זאכן

א) וואס איז די בי"ד משפט התורה? אויף זייער צעטל זעה איך אונטערגעשריבן די דיינים הרב יהושע זיידענפעלד, הרב אפרים צבי שמילאוויטש און הרב דניאל פראמעל. (שמילאוויטש קוקט מיר אויס צו זיין קרעמניצער רב, א גאר קנאישע סאטמארע איד)

ב) די צד פון די ווייב האט נישט נאר מצליח געוועהן צו באקומען א "כתב סירוב" אויף דעם מאן פון בי"ד "עזר משפט" פון הרב פינחס אליהו רבינוביץ, נאר די מוסדות אין קרית יואל (כ'מיין די זאלוינים) האבן ארויסגעגעבן א אפיציעלע צעטעל קעגן דעם מאן ווי זיי אטאקירן אים אז ער "האט גערופן ... צו א בי"ד וואס איז נישט פון די היימישע בתי דינים און איז נישט אנערקענט ביים היימישען ציבור, טראץ וואס איר האט באקומען די הוראה פון כ"ק אדמו"ר שליט"א (לכאורה מיינט דאס הגאון ר' זלמן לייב) אז איר דארפט רופן צו א היימישע בי"ד, און אזוי אויך האט איר דאס מקבל געוועהן ביים אונטערשרייבן די תקנת המוסדות." וויל איך פארשטיין דא זייט ווען איז באשאפן געווארן אזא הלכה פון "היימישע בית דין" אז אויב מ'וויל גיין צו א נישט-היימישע איז מען שוין א מסרב לדין??
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 26, 2022 8:16 pm

דארפט איר אויסהערן די אלטע טעלעפאן רעקארדינג צו לאנדסמאן הייסט א בי''ד.

געווענליך א נישט היימישע בי''ד איז אזאנס וואס וואלט געשיקט א הזמנה פאר א רב.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2780
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1945 מאל

הודעהדורך היסטאריע » זונטאג יוני 26, 2022 10:35 pm

פארוואס טאקע וויל ער דוקא יענער בי"ד?

היינט איז איינגעפירט אז מען הייסט א נתבע געבען א טשויס פאר דער תובע דריי בתי דינים. און ווען א תובע פארלאנגט זבל"א און דער נתבע וויל דוקא א בית דין, איז אויך דא בתי דינים וואס געבען אויף דעם א סירוב.

אין סאדיגורא האט דער ינוקא גערופען דער משי, און דער משי האט געזאגט ער וויל גיין דוקא צו ר' אשר ווייס, און ר' אשר ווייס האט שוין מגלה דעת געוועהן אז ער האלט מער מיט דער משי. און אלע גרויסע רבנים און בתי דינים זענען ארויס סיי קעגען דער משי און סיי קעגען ר' אשר ווייס פאר לאזען דער משי נוצען זיין נאמען אויף נישט צו גיין אין דין תורה.

בקיצור, ווען איינער נוצט דער הלכה פין הולך אחר הנתבע, אויף צו קענען קאראפטירען, מוז מען נישט זיין א בלינדע קאטשקע און לאזען איינעם זיין א רשע ברשות התורה, און מען קען אויף אים לייגען א סירוב, און אויך אנפסל'ן דער בית דין וואס לאזט אים זיין א רשע. והדבר פשוט.
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 865
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג יוני 27, 2022 1:29 am

ששון ושמחה האט געשריבן:אין קרית יואל איז דא א פריוואטע פרשה פון א גט, ווי א אינגערמאן איז גרייט צו גיין אין בי"ד און ווי די הלכה איז אז דער נתבע קלויבט די בי"ד, וויל ער גיין צו בי"ד "משפט התורה". די ווייב'ס זייט האלט אבער אז די בי"ד איז נישט קיין גוטע בי"ד, און שרייט אז ער איז א מסרב לדין ווייל ער וויל נישט גיין אין א "היימישע בי"ד".

ס'פעלט נישט אויס דא צו שרייבן פריוואטע נעמען, אבער פאר מיר איז אינטערסאנט צו שמועסן צוויי זאכן

א) וואס איז די בי"ד משפט התורה? אויף זייער צעטל זעה איך אונטערגעשריבן די דיינים הרב יהושע זיידענפעלד, הרב אפרים צבי שמילאוויטש און הרב דניאל פראמעל. (שמילאוויטש קוקט מיר אויס צו זיין קרעמניצער רב, א גאר קנאישע סאטמארע איד)

ב) די צד פון די ווייב האט נישט נאר מצליח געוועהן צו באקומען א "כתב סירוב" אויף דעם מאן פון בי"ד "עזר משפט" פון הרב פינחס אליהו רבינוביץ, נאר די מוסדות אין קרית יואל (כ'מיין די זאלוינים) האבן ארויסגעגעבן א אפיציעלע צעטעל קעגן דעם מאן ווי זיי אטאקירן אים אז ער "האט גערופן ... צו א בי"ד וואס איז נישט פון די היימישע בתי דינים און איז נישט אנערקענט ביים היימישען ציבור, טראץ וואס איר האט באקומען די הוראה פון כ"ק אדמו"ר שליט"א (לכאורה מיינט דאס הגאון ר' זלמן לייב) אז איר דארפט רופן צו א היימישע בי"ד, און אזוי אויך האט איר דאס מקבל געוועהן ביים אונטערשרייבן די תקנת המוסדות." וויל איך פארשטיין דא זייט ווען איז באשאפן געווארן אזא הלכה פון "היימישע בית דין" אז אויב מ'וויל גיין צו א נישט-היימישע איז מען שוין א מסרב לדין??

ווי זעסטי אז היימישע בית דין האט מיט הלכה. טאמער האט ער אינטערגעשריבן ביי די מוסדות אז ער וועט גיין נאר צו א היימישע בית דין דארף ער דאס איינהאלטן פונקט ווי ער זאל אינטערשרייבן אז ער וועט נאר גיין צו א בית דין פון א געוויסע שטאט. אגב בין איך נייגעריג, וואס וויל די מוסד, ווילן זיי ארויסווארפן זיינע קינדער?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3326 מאל

הודעהדורך דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 27, 2022 2:44 am

די רשעות אין אלימות האט נישט קיין שיעור און קיין עק און מען דארף געדענקן אז די הלכה אין חושן משפט איז אז דער תובע דארף נאכגיין נאך די נתבע
דוד שריפטליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 172
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: בית דין משפט התורה מהו, ודין "היימישע בית דין"

הודעהדורך ברא כרעא דאבוה » מאנטאג יוני 27, 2022 3:14 am

היסטאריע האט געשריבן:פארוואס טאקע וויל ער דוקא יענער בי"ד?

היינט איז איינגעפירט אז מען הייסט א נתבע געבען א טשויס פאר דער תובע דריי בתי דינים. און ווען א תובע פארלאנגט זבל"א און דער נתבע וויל דוקא א בית דין, איז אויך דא בתי דינים וואס געבען אויף דעם א סירוב.

אין סאדיגורא האט דער ינוקא גערופען דער משי, און דער משי האט געזאגט ער וויל גיין דוקא צו ר' אשר ווייס, און ר' אשר ווייס האט שוין מגלה דעת געוועהן אז ער האלט מער מיט דער משי. און אלע גרויסע רבנים און בתי דינים זענען ארויס סיי קעגען דער משי און סיי קעגען ר' אשר ווייס פאר לאזען דער משי נוצען זיין נאמען אויף נישט צו גיין אין דין תורה.

בקיצור, ווען איינער נוצט דער הלכה פין הולך אחר הנתבע, אויף צו קענען קאראפטירען, מוז מען נישט זיין א בלינדע קאטשקע און לאזען איינעם זיין א רשע ברשות התורה, און מען קען אויף אים לייגען א סירוב, און אויך אנפסל'ן דער בית דין וואס לאזט אים זיין א רשע. והדבר פשוט.
איך האב שוין געהערט פון די מעשה א שטיק צייט צוריק,
אין קורצן, דעי בי''ד האט זיך געגרינדעט נאך א מערכה וואס האט זיך אנגעהויבן פאריאר זומער מיט א איד ליפא פרידריך פון וויליאמסבורג און מרת אסתר שטערן פון קרית יואל וואס האבן צענדליגער(!!!) גיטין וואס זיי האלטן צוריק (איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אין די מעשיות) און זיי מאכן לצנות פון יעדע בי''ד, אלע בתי דינים זענען ארויסגעקומען קעגן ליפא און אפגעסטעמפלט אז זיי נעמען נישט אן קיין קעיסעס וואס ער פארטרעט
זיי האבן געוואלט גיין נאך א סטעפ און ארויסקומען שארף אז יעדע קעיס מוז ווערן געשליכטעט ביי א בי''ד
איז ער געגאנגען און געעפנט א אייגן בי''ד, וואס דינט פולי זיינע אגענדעס, און ער גייט נאך קענען שרייען אז ער האט א בי''ד
איך קען נישט די אנדערע נעמען דארט, אבער אפרים הערש קען איך אלץ אינטערעסאנט... זייער אינטערעסאנט
ברא כרעא דאבוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 12:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מאנטאג יוני 27, 2022 4:28 am

זאגסטו אז ליפא פרידריך און משפט התורה איז איינס?
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 865
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך פערינא » מאנטאג יוני 27, 2022 4:38 am

אז איינער מאכט קידושין אין מאנראו אן רבי אהרן גייט ער ארויף אויף א ממזר ליסט.

אפשר אין זייער קאפ ביי א גט די זעלבע. אן רבי אהרן איז עס נישט קיין גט.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 357
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: בית דין משפט התורה מהו, ודין "היימישע בית דין"

הודעהדורך ברא כרעא דאבוה » מאנטאג יוני 27, 2022 8:11 am

היסטאריע האט געשריבן:זאגסטו אז ליפא פרידריך און משפט התורה איז איינס?
יא
ברא כרעא דאבוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 12:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך היסטאריע » מאנטאג יוני 27, 2022 11:22 am

ליפא פרידריך איז שוין געוועהן באשריבען דא אויף ק"ש פריער. דור דור וחכמיו, דור דור ורשעיו.
קרעפלעך'ס הסכמה אויף מיר דא
"ביזט א היפאקריט ווייל דו ביזט דא פאר נקמה און די שעמסט זיך עס נישט אפען מודה זיין, דו גייסט אליינס קעגן וואס דו האלטס'ט באמת פשוט פאר נקמה. אזא מין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אייך מאכט זיך נישט אסאך...
קרעפלעך
היסטאריע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 865
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך ברא כרעא דאבוה » מאנטאג יוני 27, 2022 12:47 pm

היסטאריע האט געשריבן:ליפא פרידריך איז שוין געוועהן באשריבען דא אויף ק"ש פריער. דור דור וחכמיו, דור דור ורשעיו.

ווי?
ברא כרעא דאבוה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 12:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך שטריימל box » מאנטאג יוני 27, 2022 7:50 pm

ברא כרעא דאבוה האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:ליפא פרידריך איז שוין געוועהן באשריבען דא אויף ק"ש פריער. דור דור וחכמיו, דור דור ורשעיו.

ווי?

viewtopic.php?p=495004#p495004
שטריימל box
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:20 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך Lesser » מאנטאג יוני 27, 2022 9:06 pm

די עיקר איז אז אלע בתי דינים זאלן נתעשר ווערן פון די צרות כלל ישראל.

מען דארף איינמאל אויף אלעמאל אסרן די געלט גייציגייט פון די רבנים...

גענוג איז גענוג, ומחלוקת הונדרעט וקינדליין יוכיח.
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט