צא מדירת שכל ושב בטיפשות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8397 מאל

צא מדירת שכל ושב בטיפשות

שליחה דורך שמן למאור »

און.... דער עולם האט זיך אפגעפעקלט ב"ה! פרעג מיר נישט פארוואס, פרעג מיר נישט פארווען. פשוט.. ווייל אזוי!
איך בין אויפגעשטאנען היינט ציפרי צו א ליידיגע וויליאמסבורג. אהה... מען קען אביסל אטעמען... אזוי דארף אויסצוקוקן א נארמאלע שטאט וואס איז נישט איבערגעפילט צען מאל אזוי סאך ווי עס קען פארנעמען.
(בלויז פאר אילוסטראציע. איך וואוין ב"ה נישט אין וויליאמסבורג...)

פארוואס פינקט נעכטן האט מען מחליט געווען צו גיין צו די קאנטרי פרעגסטו? פארוואס נישט א וואך צירוק אדער א וואך ארים? איז עפעס היינט געווארן הייסער ווי נעכטן? האבן די פריצות'דיגע פרויען נישט באלאגערט וויליאמסבורג לעצטע וואך אויך? און פארוואס בלייבט מען דארטן פינקט פאר צוויי חדשים? איז נישט קיין קערצערע וואקאציע געניג? און אפשר איז דאס פאר געוויסע קינדער געבענטשטע פאמיליעס נאכאלטס נישט געניג?
אבער וואס פרעגסטו קשיות? אין די אומזעבארע לוח פון די אומזעבארע סיסטעם, פון זעבארע מאנקיס, שטייט, אז דאנערשטאג קורח פארט מען אין קאנטרי, טא אפיקורס, וואס פרעגסטו קשיות?

איך האב שוין א שטיק צייט ציריק געשריבן אז איך הייב אהן צו פארלירן מיין טראסט אין די מענטשהייט. איך פלעג זיך באמת איינרעדן אז מענטשן זענען קליג, אינטעלידזשענט, און קענען טראכטן זעלבסשטענדיג. אבער וואס א טאג עס גייט פארביי, זע איך פשוט ווי נעריש און סטופיד די מענטשהייט איז, אזש עס ווערט מיר באלט שווער צו לייקענען די טעאריע אז אונז שטאמען פון מאנקיס.

דאס האב איך געשריבן אין די אשכול איבער די פרישע תחקיר אויף פרשת ברלנד.
איך פארשטיי ממש נישט וויאזוי די חסידים זיינע קענען נאך האלטן פון אים, פשוט פון די ווילדע וואנזיניגע אויסברוכן, איך וואלט געטראכט אז עס קומט פון א בעל תשובה נאטור, אבער למעשה מרכז ויזניץ יוכיח, די רבי מעג זיין משוגה און זאגן פאריקטע סטעיטמענטס...און.. גארנישט...
איך בין נייגעריג אויב אין אנדערע פלעצער וואלט עס אויך געווען אזוי, מסתמה יעדע פלאץ אנדערש, מיט אנדערע פראצענטן וואס וואלטן פארלאזט די קהילות,

עד היום האט דער ברלנד נאכאלטס א ריזיגע סטאדע פון פארגלייבטע דזשיהאדיסטן, וואס האלב האלטן אז די אלע מעשיות איז לא היה ולא נברא, און די צווייטע האלב האלטן אז די צדיק מעג אלעס טון
מענטשן זענען דאך עפעס נישט נארמאל... אזוי פארגלייבט צו זיין, ממש אהן קיין שכל.. איך הייב אהן שטארק צו צווייפלען אין די אינטעליגענס פונעם מין האנושי...
איך וועל דא ארויפשטעלן צוויי קליפס וואס ווייזט ווי טיפשות האט פשוט נישט קיין גבול, מענטשן זענען אזוי גאלעבל און וואנזיניג, אז עס איז נישט צום גלייבן.
אט זעט ווי די קאמידיען מייקל קאסטא קאמפראנטירט טראמפ שטיצערס
https://youtu.be/hNIJH5gufaQ
אדער ווי קאמידיאן דזשימי קימעל פרעגט אויס "פעשין מבינים"
https://youtu.be/QZSbK_SMkf0
ביל מאר מאכט שוין די פוינט אפאר יאר צירוק, ווי די עולם איז פשוט סטאפיד.
https://youtu.be/rMOxj8w0K-c
איך קען שטיין און ברענגען קליפס אגאנצן טאג. די געדאנק איז אז דערוילעם איז פאר'תם'ט. דערוילעם האט נישט קיין אייגענע שכל. וואס די סביבה ארים אים טוט, זאגט, טראכט און האלט פאר ריכטיג, דאס גענוי וועט ער אויך טראכטן און זאגן און האלטן פאר ריכטיג.
און איך ווייס אז די קליפס זענען פון גוים... און אונז... האבן דאך גמרא קעפ.. אבער ליידער וויאזוי עס גוי'אישט זיך אידישט זיך, וישראל כשהם יורדים...
די טיפשות שרייט שוין היינט ארויס פון יעדע ווינקל ליידער.

איך האב געכאפט א שמועס מיט מיין עלטערע ברידער איבער זיינע קאנטרי הוצאות, (אגב מיין ברידער מוטשעט זיך מיט פרנסה און דעקט קוים די חודש)
רעכענט ער מיר אויס אזוי, די באנגעלוי אליין, פאר אלעס, איז 9,000 $ פאר די גאנצע זימער, (צוויי בעדראם לעכל) קומט יעצט צו נאך 400 $ עיר קאנדישן פי, נאך 300 $ געז און 200 $ לעקטער, נאך 500 $ פאר וואש מאשין און דרייער, נאך 150 $ מקוה געלט, נאך 350 $ גארבידזש פי, און כגעדענק שוין נישט וואס נאך.
נאר די סווימינג פאל, די גראז, ליפט, מאסקיטאס, בלאטע, שימל, און שפין געוועבעכטץ איז יא אריינגערעכנט אין די פרייז.
און יעצט מוז מען שטייצעך עקסטער צאלן פאר דעיקעמפ.
פארוואס? פארווען? האט ער דען געלט דערפאר? איז נישט די הויז אינדערהיים שענער און געשמאקער?

ער קען נעמען די געלט און דינגען א ריזיגע הויז אין מאנסי פאר צוויי חדשים, מיט א פאל און גרויסע בעקיארד, (איך מיין אז עס גייט פאר ווייניגער ווי 6000 א חודש, און דאס איז שוין אויב וויל ער גיין קיין מאנסי. ווער רעדט אויב ער וויל פארן צו סיי וועליכע אנדערע וואקאציע ארט, און דינגען א נארמאלע הייזקע, נישט קיין 100 יאר אלטע גרויליגע שיפע ראטן חאטקע)
קען זיין אז קאנטרי איז יא די בעסטע אפציע פאר דיר, און עס קומט דיר יא אויס די ביליגסטע און געשמאקסטע. אבער האסטו אפילו אריינגעקוקט דערין? האסטו געניצט דיין קאפ פאר א האלבע סקונדע? אפשר לוינט זיך פאר די געלט צו גיין נאר פאר א האלבע זומער, אבער צו א שענערע פלאץ?
זוכער איז עס נישט די בעסטע אפציע פאר רוב ריבם פון כלל ישראל... נאר וואס דען.. זייט ווען טראכט מען???

יעדעס יאר זאגט מען איבער מיט א געשמאק די ווערטל, אז ווען די גאווערמענט וואלט געמאכט א גזירה אז מען מוז גיין אין קאנטרי וואלט מען גוזר תענית געווען.... און מען גייט ווייטער כאילו לא היה. עס איז ווי א חלק פון די סיסטעם זיך אפצורעדן דערויף און דערנאך גיין... פינקט ווי דער ביבער וואס וויינט, און גייט ווייטער אריין אין זיין טרעפ.

יעצט איך זאג נישט אז קאנטרי איז נישט געמאכט פאר קיינעם, און קיינער האט עס נישט ליב. מען וואוינט אין קליינע מעטש באקסעס מיט פיפצן קינדער, און מען מוז אסאך מאל פשוט ארויסגיין צו א אפענע פעלד פאר צוויי חדשים איידער די גאנצע הויזגעזונט גייט אראפ פון זינען.
אבער הא גופא קאטשקע, פארוואס וואוינסטו אין א ד' על ד'?
פארוואס הייבסטו דיך נישט אויף, און טוסט קליגע שריט פאר דיר, דיין משפחה, און באדזשעט?
גיי ארויס פון די צישטיפטע געגנטער, און צי דיך אריין צו א ברייטערע, ביליגערע, געשמאקערע, בע'טעמ'טערע געגנט? נעע... די סיסטעם לאזט נישט... די אייגענע שכל האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן. מען טוט וואס יעדער טוט, מען מוטשעט זיך אזוי ווי יעדעם. מען וועט צאמשטעלן געלט פאר מיר ווען איך מאך חתונה אזוי ווי מען שטעלט צאם פאר יעדעם. און איך וועל אויך גיין אין קאנטרי ווי יעדעם, נישט קיין נפק"מ ווי נעריש עס איז, און צו עס איז גוט פאר מיר אדער נישט, אדער צו איך האב עס ליב צו נישט, און צו איך קען עס אפארדן צו נישט.
איך רעד שוין נישט פון די וואס גייען נאכנישט פאר די קינדער, נאר גייען טאקע בלויז ווייל... "מען" גייט.

למעם השם, בלייבטס טאקע דארטן אפילו נאכן זומער, לאז די אינטעליגענטע בלייבן דא מיט א ליידיגע שטאט, און אז ענק האבן אזוי ליב די קאקאראוטשעס, קענט עטס בלייבן דארטן אגאנץ יאר,
מיר וועלן שטיין און האלטן סיינס סוף זומען ביי די בי קיו אי, "גאו בעק טו די קעטסקילס"

רבוש"ע, וואס דארף איך יעצט ענטפערן פאר די כופר וואס שרייט אז מען וואלט גרינג געקענט אויסטראכטן און איינרעדן כלל ישראל וועגן מעמד הר סיני?
אז די אידן זענען די עם חכם ונבון? גיב מי א ברעיק...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר