אידישע קינדער אין א גויאישע געריכט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

אידישע קינדער אין א גויאישע געריכט

שליחה דורך שופטת »

עס מאכן זיך פון צייט צו צייט מעשה'לעך פון מענטשן וואס פארלאזן דער אדער יענער היימישע חסידישע אדער חרדישע געמיינדע, איינער מאכט עס העכער פון דעם צוייטן. נישט אלעמאל אבער אינוואלווד עס קינדער. דא וויל איך שילדערן א מעשה וואס האט זיך אפגעשפיהלט נישט צו לאנג צוריק פון א טאטע איז געגאנגען אט"ד ווי מ'זאגט ווען זיינע קינדער זענען געווען גאר קליין און כאטש ער האט זיך שפעטער אומגעקערט צו א מאדערן ארטאדאקסישע קהילה האט ער מתחילה נישט געהאלטן גארנישט אבער מיט דעם אלעם האט ער מיט די הילף פון די קאורטס און מיט די הילף פון אזוי גערופענע מאדערנע אידן מצליח געווען (און איז ממשיך) אנצוהאלטן א שטארקע קשר מיט זיינע קינדער און האבן א געזונטע איינפלוס איבער זיי. בעיקר וועל איך איבערטייטשן פון קאורט דאקומענטן וואס זענען אוועילעבל אנליין.
די סיבה פארוואס איך טוה דאס איז א דריי-פאכיגע:
1) מענטשן זאלן לייענען דעם אמת וואס ס'קומט פאר אין קאורט און נישט גלייבן נאר די שטותים וואס מ'פארקויפט אין שוהל.
2) מענטשן זאלן זעהן אז אפי' אויב מען געווינט נישט איז נאכאלס ווערט אראפצושטעלן א ווידערשטאנד.
3) מענטשן זאלן זעהן אז ווען מען שטעלט אראפ א ווידערשטאנד קען מען אמאל געווינען אויכעט.

איך וועל עס לייגן אין שטיקלעך כדי נישט אויסצומיטשען דעם לייענער. איך הויב אן מיט די לעצטע דזשאדזשמענט אין די קעיס און דערנאך וועל איך אנהויבן פון אנפאנג.

ובזה החלי:

אין די מערב לאנדאן פעמילי קאורט
אין די נושא פון די קינדער אקט 1989
און אין די נושא פון די קינדער, A און B
זעה אויך:
X (נומער 3: צעטיילונג פון רעליגיזיע ימים טובים) [2016] EWFC B91 (12 אקטאבער 2016)
X (נומער 2: ארטאדאקסישע סקולס) [2015] EWFC B237 (9 מאי 2015)
X (נומער 1: רעליגעיזע דיפערענצן: סקולס) [2014] EWFC B230(4 נובמבר 2014)
פארנט פון שופטת ראָו QC
צווישן F – אפליקאנט
און M – רעספאנדענט
דזשאדזשמענט
איר פערזענליכקייט, ראָו QC

די אפליקאציע

1. דאס איז מיין פינפטע סובסטאנטיווע דזשאדזשמענט בנוגע די דאזיגע צוויי קינדער, דריי וועלכע זענען פובליצירט געווארן אויף בעילי. די קינדער אראנזשירונגען זענען ווי עס איז, נאכאלס באשטימט לויט אן ארדער וואס איך האב געמאכט אין צוועלפטן אקטובער 2016 אחוץ וואו עס זענען געמאכט געווארן קליינליכע טוישונגען מיט די הסכמה פון ביידע צדדים.

2. מיט אן אפליקאציע דאטירט דעם עלעווטן פון מאי, זוכט די טאטע צוויי פסקים בשייכות מיט די קינדער A, אלט 9 יאהר און B, אלט 7 יאהר.

a) די טאטע לאדנט די קאורט צו משנה זיין די פסק וואס איז אצינד אין קראפט – וועלכער זאגט אז די קינדער וואוינען מיט זייערע מאמע M און 'פארברענגען' צייט מיט אים – אז ס'זאל אנשטאט דירעקטירן אז די קינדער וואוינען מיט ביידע עלטערן כאטש זיי פארברענגען טאקע מער צייט מיט זייערע מאמע. און;
b) ער לאנדט איין די קאורט צו משנה זיין די איצטיגע אראנזשירונגען בנוגע וויפיל די קינדער פארברענגען מיט אים, איינס מיט'ן בעטן א פארלענגערונג צו וויקענד קאנטאקט, מיט דעם אז די קינדער זאלן איבערשלאפן ביי אים אויך יעדע זונטאג נאכט און ער וועט זיי צוריקטראגן צו סקול מאנטאג, און אויך דורכ'ן אלטערנאטירן די עיקר רעליגעיזע ימים טובים צווישן אים און די מאמע. די 2016 פסק וואס איז אצינד אין פלאץ, זאגט אז:

I. אין וואך 1, זאלן די קינדער פארברענגען די וויקענד מיט די טאטע פון נאך סקול פרייטאג ביז זונטאג נאכמיטאג;
II. איך וואך 2, זאלן די קינדער פארברענגען צייט מיט זייערע טאטע פון נאך A's סקול (בערך 3.30/4) ביז 7pm. די עלטערן האבן משנה געווען די צייטן מיט הסכמה צו 5pm ביז 8pm. ווייל A ענדיגט יעצט סקול שפעטער; און;
III. אז די קינדער זאלן פארברענגען די עיקר ימים טובים (ערשטע און לעצטע טעג) אין יעדע לאנגע יום טוב מיט די מאמע און די אנדערע טעג מיט די טאטע.

3. די מאמע איז אנטקעגן די אפליקאציע פאר א בשתפות'דיגן וואוינען-מיט פסק. זי איז איבער מסכים אז די קינדער זאלן פארברענגען אנדערע צייטן מיט די טאטע ווי דיע אונטער די איצטיגע אראנזשירונגען. איר הויפט פאזיציע איז אבער אז די קינדער זאלן מער נישט פארברענגען קיינע (סיידן געלעגנטליך) שבתים מיט זייערע טאטע און אז זיי זאלן קיינמאל נישט פארברענגען לאנגע ימים טובים מיט זייערע טאטע. אויב גיבט מען זי דאס נאך וועט זי מסכים זיין אז:

I. די קינדער זאלן פארברענגען יעדע פרייטאג, פון נאך סקול ביז צוויי שעה פאר שבת, מיט זייערע טאטע.
II. אז די טאטע קען אפנעמען זיינע קינדער 3.30 אויף א זונטאג, A זאל ענדיגן פריער, און זיי צוריקברענגען צו סקול אויף מאנטאג אינדערפרי יעדע וואך
III. אז זיי פארברענגען אלטערנאטיווע מיטוואך איבערנעכט מיט זייערע טאטע.
אין צוגאב איז זי מסכים אז די קינדער זאלן פארברענגען אביסעלע מער פון האלב פון זייער (באגרעניצטע) זומער סקול האלידעי מיט די טאטע. B זאל קיינמאל נישט פארברענגען מיט די טאטע אין A’s אפוועזנהייט. די מאמע איז מזמין די קאורטס צו גיבן א פסק אנטקעגן די טאטע אונטער די s91(14) Children Act , פארבאטענדיג אים פון מאכן נאך s8 אפליקאציעס אהן רשות פאר לכה"פ דריי יאהר.
די היסטאריע

4. פאר די היסטאריע פון די פאמיליע און די ליטיגאציע בשייכות מיט די קינדער פון צייט צו צייט, באציה איך מיר צו

a) פאראגראפן 11-18 פון מיין דזשאדזשמענט פון 2 יולי 2014:
b) פאראגראפן 14-16 פון מיין דזשאדזשמענט פון 4 נאוועמבער 2014: Re X (Number 1: Religious Differences: Schools) [2014] EWFC B230;
c) פאראגראפן 6-18 מיין דזשאדזשמענט פון 9 מאי 2015: Re X (Number 2: Orthodox Schools) [2015] EWFC B237 און;
d) פאראגראפן 3-9 פון מיין דזשאדזשמענט פון 12 אקטאבער 2016: Re X (Number 3: Division of Religious Festivals) [2016] EWFC B91.

5. אין די פעריאד זינט אקטאבער 2015 זענען די קינדער געבליבן וואוינען מיט די מאמע. זיי האבן ממשיך געווען צו פארברענגען צייט מיט די טאטע און זענען געפארן מיט אים אויף חוץ לארץ אויף האלידעי צו זעהן זיינע עלטערן, און נאכוואס איך האב געגיבן א פסק צו ערלויבן דאס, אויך געפארן זעהן זיין פאמיליע אין חוץ לארץ, לעצטע יאהר. עס איז א קרעדיט צו די עלטערן אז טראץ די שוועריגקייטן אויף וואס די דזשאדזשמענט מוז אומפארמיידליך זיך קאנצעטרירן, טוהען די דאזיגע ליכטיגע קינדער ממשיך זיין צו האבן א נאנטע, ליבליכע און וויכטיגע קשר מיט ביידע פון זייערע עלטערן.

6. די מאמע האט ווידער חתונה געהאט. זי האט געהאט נאך א קינד.


7. די טאטע האט זיך צוריקגעקערט צו א פולע ארטאדאקסישער לעבן, וואוינענדיג יעצט אין צפון לאנדאן און גייט צו א צפון לאנדאן שוהל טעגליך. זיין קשר מיט זיין פאטער, געשעדיגט אין רעזולטאט פון איבערלאזן די סאטמערע קהילה, האט זיך פארבעסערט און זיי רעדן איינס אדער צוויי מאל א וואך. די טאטע, וועלכער האט געפאקט שעלווס אין א סופערמארקעט דורכאויס די 2015/2016 געריכטן, ארבעט אצינד אלס א דאטא אַנאַליסט. ער האט שווער געארבעט צו איבערקומען זיין חיסרון פון סיי וועלכע ערנסטע סעקולערע עדיוקעישן און ער האלט נאנט צו די לעצטע יאהר פון א בעטשלערס דעגרי אין קאמפיוטער סייענס; ער נעמט זיין קורס דורכאויס די אווענטס אינמיטן די וואך.

8. די טאטע האט געמאכט זיין אפליקאציע אויף 11 דעצעמבער 2018. די הויפט גורמים פאר די געריכטן זענען געווען און זענען נאכאלס,

a) פראקטיקאלע פראבלעמען אנגעשאפן דורך די איצטיגע אראנזשירונגען. אין וואך 1, צוריקברענגען די קינדער צו זייערע מאמע ביז זונטאג נאכמיטאג מיינט אז די טאטע האט נאר א קורצע וואכענדיגע טאג און קען זיי נישט ארויס נעמען אדער זיי העלפן מיט זייער היים ארבעט. אין וואך 2, איז דער טאטע באמת באגרעניצט אין ווי מיינונגספול זיין צייט מיט די קינדער קען זיין אין די 3 שעה וואס זיי האבן נאכוואס A קומט אהיים פון סקול; אפילו אויב ער קומט אהיים פריער ווי 5/5.30, ווען סקול ענדיגט זיך. אויב די קינדער בלייבן מיט זייערע טאטע ביז מאנטיג צופרי, וועט דאן א מער רייכער אפציע פון אקטיוויטעטן ערמעגליכט ווערן.

b) די טאטע האט אן אמת'ער זארג איבער די קוואליטעט פון די קינדער'ס חינוך. עס איז שוין קלאר געווען, ווי פריעדיגע דזשאדזשמענטס טוען דעמאנסטרירן, אז ביידע פון די קינדער'ס סקולס גיבן באדייטונגספולע פריאריטעט צו רעליגעיזע לימודים איבער סעקולערע לימודים. אבער אין די תקופה זינט 2016, האבן ביידע פון די קינדער'ס סקולס געהאט אָפסטעד אינספעקציעס און ביידע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס אומצוגענגליך. ביידע סקולס האבן פיהל מער קינדער אויף זייערע רעגיסטראר פון וויפיל זיי זענען מאושר צו לערנען און ביידע האבן פעלעריגקייטן אין זייערע קוריקולעם און אין זייערע לערנען מעטאדע. די טאטע פארגלייכט די קינדער'ס פארשריט מיט דיע פון זיינע חבירים'ס קינדער אין די מאדערנע ארטאדאקסישע קהילה און זעהט אז זיי זענען פיהל מער צוריקגעבליבן. ער האט נישט געמאכט אן אפליקאציע פאר די קינדער צו טוישן סקולס אבער ער וויל האבן מער צייט מיט זיי אזוי ער זאל זיי קענען העלפן אין מאכן בעסער פארשריט אין זייערע סעקולערע לימודים.

c) די טאטע האט נישט מצליח געווען צו אנגאזשירן מיט די קינדער'ס סקולס, צו ווערן איינגעלאדנט צו עלטערן-לעהרער געשעהענישן, צו זעהן דוגמאות פו זייערע ארבעט אדער צו אנטוויקלען א ארבעטנדע קשר מיט די לערערס. זיין שטעלונג איז אז די פאליסי פון (סיסטעמאטיש) אויסשליסן די טאטע איז ממשיך אהנע שטער. ער רעכנט אז א משותפדיגע וואוין-מיט פסק וועט העלפן פארשטארקן די וויכטיגקייט פון זיין פאזיציע אלס די קינדער'ס טאטע.

d) די טאטע וויל ווערן מער מעורב אין די קינדער'ס רעליגעיזע לעבנס. כעת, די פסק, וועלכער איז געמאכט געווארן ווען די טאטע האט נאכנישט געהאט זיך צוריקגעקערט צו די מאדערנע ארטאדאקסישע קהילה, זאגט אז די קינדער וועלן פארברענגען די ערשטע, מער ערנסטע רעליגעיזע טעג פון די אידישע ימים טובים מיט זייערע מאמע און די שפעטערע ווייניגערע וויכטיגע טעג מיט זייערע טאטע. יעצט אז די טאטע האט זיך אומגעקערט צו א מער אבזערווירנדע פארעם פון (רעליגעיזע) לעבן וויל ער אז די קינדער זאלן אצינד פארברענגען מיט אים אויך, אלטערנעיט, וויכטיקע יום טובים.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר