נוח האט געשריבן:סףאיך זאג נישט אז מ'דארף קענסלען קארלבאך אדער אז מ'טאר נישט הערן זיינע ניגונים. אבער ווי אזוי קענסטו זיין "אויפגעקלערט" און מאכן א "קארלבאך מנין" ווען ער איז געווען וואס ער איז געווען? ווי אזוי קענסטו דאווענען פאר'ן אויבערשטן ארומגענומען מיט אזא פיגור און זיך איינרעדן אז דורך אים האסטו א קשר רוחני?
מתבודד האט געשריבן:ס’ערשטע מאל כ’הער אז קארליבאך איז געווען א ”מאלעסטער” און גאר ”אידענעס וועם ער האט געשעדיגט וויינען עד היום הזה”. איך האב אייביג געוואוסט אז די פרויען וואס ער האט געקושט, שמייכלען נאך פון דעם עד היום, נישט זיי וויינען... אבער אלעס האט א ערשטע מאל.
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:היינט ביי תחנון האב איך אויסגעשריגען הויעך "צדיקים אנחנו" און ווייטער געזאגט ...ולא חטאנו אבל אנחנו ואבותינו חטאנו, דער ליטוואק וואס איז געשטאנען דערנעבן האט מיר געפרעגט פשט יא א צדיק אדער נישט ?
מיין תשובה איז געווען גאנץ פשוט: כ’האב געזינדיגט אבער א צדיק בלייב איך!
לענייננו, יעדער מענטש האט שוואכקייטען אבער ווילאנג ער איז נישט א רשע להכעיס פארלירט ער נישט דעם סטאטוס.
לגבי ר’ שלמה קרליבאך זכר "צדיק" לברכה ער איז געווען א צדיק וואס ער האט מקרב געווען אומצאליגע אידישע נשמות לאביהם שבשמים, יעדער ווייסט עס, ועד היום הזה ווערן אידישע קינדער צוגעצויגן צום טאטען אין הימל דורך זיינע ניגונים.
ווער עס האט איהם געקענט ווייסט אז א תנועה זיינע איז געקומען מתוך הארץ, שברון לב און געגועים צום בוכ"ע, זיינס א ניגון איז געווארן נאכן אדער אינמיטן זיך אויסוויינען איז ארויס געקומען דעם תנועה,
כ’מיין קיינעם נישט צו בארעדן ווען מען גוט א קוק אויף די היינטיגע Rapp / rock / jazz/ dj ניגונים וואס מען האט פשוט אין פראסט גענומען א תנועה פון א שווארצע פאסטוך און ארויפגעזעצט א פסוק אין תהלים און זיכער געמאכט אז ס’שטימט מיט די ווערטער....
באמת במשך די יארן איז שוין אסאך באשריבן געווארן דא אין שטיבל בנוגע רבינו שלמה, ואין כאן מקום להאריך,
ועוד יותר אז ער איז געשטארבען מתוך תשובה גמורה...
אלזא רבותי דעם שבת און מוצאי שבת נחמו פארגלייזט אייך די אויגן און פארלאזט א טרער ביים זינגען א תנועה פון ר’ שלוימעלע...
ווער געט א קראַץ אויב ער איז געווען ביזי דערמיט יעדעס מינוט פון לעבן אדער קיינמאל נישט, מען רעדט נישט דא אויב ער איז באוויליגט פאר די אייבעשטער.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ער' נוח איש "צדיק":
כ’מיין אז ס’איז נאך אלס פארהאן א חילוק צווישען איינער וואס איז פשוט עטליכע מאל אדורךגעפאלן צו איינער וואס איז געווען כל ימיו ביזי דערמיט...
[איך מיין נישט קיינעם ספעציפיש איך רעדט בלויז אין אלגעמיין]
און אפילו די וואס זענען ביזי אז דער כח פון דעם מחבר פונעם ניגון גייט אריבער אין דער וואס זינגט עס, קוקט מען בכללות וואס דער מענטש איז געווען
קהל'ס נער האט געשריבן:איז אזוי, צאמגעדרייטער חבר. "זיכער נישט" מיינט, נישט מער פון עני אנדערע מענטש.
און אז דו רעדסט פון אנדערע, אין הכי נמי איך האלט נאך אלץ אז חיים ולדר איז אינעסענט, און אפילו קרישבסקי איז אינעסענט.
נאר, סולם עדיפויות ארבעט דא אקעיגן די סיסטעם חברה, אויף קרישבסקי איז דא א מיידל וואס איז געגאנגען קלאגן, אויף ולדר איז דא א רב וואס זאגט אז א מיידל איז געקימען צי עים וכו' (נישט אז דעיס מיינט עפעס), און אויף קרליבך האט איינער אין ק"ש מחליט געוועין אז ער איז א מאלעסטער ווייל ער פלעיגט האגן פרויען, וואס איז א נערמאלע זאך אין די מאדערנע וועלט.
איז הכר נא למי החותמת ולמי ההיפאקריטיע.
נ.ב. ווילסט קומען אויף א ציגארעטל באלד?
איזה נשמה האט געשריבן:did the allegations spread after he passed away
?
יאסל ראקאווער האט געשריבן:זאלסט מיר אוודאי מוחל זיין רבי @נוח. איך ווייס שוין פון מעשה'לעך אויף שלמה קאריבלאך פאר פינעף צוואנציג יאר און ס'איז נאר מעשה'לעך. ס'איז מיר נאכנישט געקומען א געהעריגע מעשה וועגן שלמה פאר די אויגן. יארן צוריק האב איך געליינט פון א לעידי ווי זי זאגט אז ער האט איר גערופען שפעט ביינאכט און ער האט געאטעמט שווער ווי א creep. אויקיי נישטקאשע.
cool.......
איך גלייב אז מ'וועט שלמה'ן פאקן מיט געהעריגע פרוף פאר מאלעסטען וועלן די cool אידן אים אויפהערן זינגען. גראדע דעמאלס קען שלמה זיך רעכענען פאר חרדישע בלינדע געטריישאפט אפשר ווייל עבירות אויף קדושה עניינים בצנעה איז ממש נישט קעגען חרדזי פאליסי..
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט