אין מקום להחמיר!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

אין מקום להחמיר!

שליחה דורך פארוואס? »

דער דיין קראצט דאס שטערן, קעמט אדורך זיין שניי ווייסע בארד מיטן פינגער, געבט א טיפן קרעכץ און רופט זיך אן: "נו, קען זיין מעיקר הדין איז עס מותר, אבער יש מקום להחמיר".

די חומרא האט דאס מאל נישט שטיל געבליבן, און געעפנט דאס מויל: "יש מקום? איז דען דא פלאץ? ביסטו אמאל געקומען זיך צאמשטופן מיט מיר צווישן די צענדליגער חומרות וואס ווערן צוגעלייגט טאג טעגליך? איך בין דער וואס קומט אייביג אן אהער, און איך זאג דיר אז ניין! אין מקום להחמיר. עס איז שוין נישטא קיין פלאץ צו אטעמען דא, באו מים עד נפש".




* * *



דוכט זיך, אז מ'קען זאגן אז איינע פון די סאמע יסודות פון חרדיזם איז "חומרות", די הויפט חילוק צווישן חרדישע יידישקייט און אנדערע ארטאדאקסישע קהילות איז אין דעם נושא. אין דער צייט וואס אין אנדערע קרייזן קען מען דן זיין לגופו של הלכה, זה מתיר וזה אוסר כדרכה של תורה, אין חרדישע יידישקייט - קען מען נאר אסר'ן, מהדר זיין און מחמיר זיין.

אויב וועלן מיר באטראכטן די לעצטע הלכה'דיגע מחלוקות אינערהאלב די חרדישע קרייזן וועלן מיר באמערקן אז כמעט אייביג וועלן ביידע צדדים טענה'ן אז זיי זענען מחמיר אדער מהדר. די וועלכע זענען מתיר צו עסן די "בראקל" קענען נישט בלויז מתיר זיין, זיי האלטן אז עס איז דוקא מער מהודר און מער כשר. אריזאנא ווייץ - ווידער - קען נישט סתם אוועקגעמאכט ווערן - עס איז אדער א הידור און א חומרא אדער חמץ גמור.

די סיבה דערצו, איז וויבאלד אין די חרדישע לאגער איז דא א כלל פון "כל המחמיר - ידו על העליונה", אויב ביסטו מחמיר - האסטו אויטאמאטיש די אויבערהאנט. ווידער - דער וואס איז מקיל און מתיר - איז א זיכערער פארלירער פון די ערשטע מינוט.

* * *


פון אויבן אויף שיינט עס צו זיין א דערהויבענע מהלך החיים, צו אוועקגעבן באקוועמלעכקייטן פאר די תורה און זיך מוסר נפש זיין פאר יעדע דקדוק הלכה. צומאל טאקע - קומען אויף נארישע חומרות און הידורים - אבער עס שטערט קיינעם נישט, עס איז דאך נישט קיין עבירה צו מחמיר זיין, "וכל המחמיר תבוא עליו ברכה". וועט עפעס געשעהן אז מ'וועט אויפהערן צו עסן סטראובעריס? קיינער איז נאכנישט געשטארבן צוליב דעם.


דער אמת איז אבער אז קיין איין באגרעניצונג איז נישט אומזיסט, קיין איין חומרא באקומט מען נישט בחינם. און דער פרייז דערפאר קען אויסקלאפן אין עטליכע וועגן.

די פשוט'סטע פרייז איז "אומבאקוועמליכקייט". עס איז עפעס וואס א מנהיג דארף נעמען אין באטראכט. עס איז פשוט אז עס איז א קולא אין "ואהבת לרעך כמוך" צו באלעסטיגן אנדערע מענטשן מיט חומרות סתם אזוי. אפילו די קלענסטע אומבאקוועמליכקייט, עס פאדערט זיך אן אחריות צו פאר'משפט'ן הלכה נאכפאלגער לדורי דורות, צוליב א פוילקייט אדער אומזיכערקייט פון א מנהיג.

מערערע מאל ווערן די חומרות באצאלט בכסף מלא, כמעט יעדע הידור און חומרא ווערט למעשה אויסגעטייטש אין איבעריגע הוצאות. איז עס אייביג ווערד? בעפאר'ן ארויסגעבן זיין פסק האט דער פוסק אריינגערעכנט די בלוט און שווייס וואס דער אומוויסנדער בעלעבאס גייט דארפן אויסגעבן צוליב דעם וואס זיין באלעבאסטע האט עס געהערט פון איהר פריינדינע?

אבער מיין עיקר נקודה איז אז דאס איז למעשה מערסטנס מאל אויפן חשבון פון אנדערע הלכות אדער מידות ישרות.

יעדער מענטש פארמאגט א הירארכיע פון פרינציפן - א לייטער פון ווירדן, וועלכע הלכות אדער הנהגות זענען וויכטיגער ווי די אנדערע. קיין איין מענטש קען נישט האבן אלע רמ"ח מצוות עשה אין די ערשטע שטאפל פונעם לייטער.

אויב וועט א קהילה מקפיד זיין אויף קדושה, און אוועקשטעלן זייער גאנצע חינוך סיסטעם ארום דעם, וועלן זיי קיינמאל נישט פרודיצירן תלמידים וואס זענען מקפיד אויף ביטול תורה ווי די אנדערע קהילה וואס האט דאס געשטעלט אלס די העכסטע פרינציפ.

נישט אומזיסט האבן חז"ל געשריבן "דייך מה שאסרה תורה", עס איז גענוג וואס די תורה האט גע'אסר'ט. "וכל המוסיף גורע" - ווייל עס איז אייביג אויפן חשבון פון עפעס אנדערש.


מיר שטויסן זיך צומאל אן אין פארשידענע מאדנע הנהגות אינערהאלב יהדות החרדית, צומאל זעהט עס אויס ווי עס זיך סותר צו הלכה און ישרות, און צומאל שיינט עס צו זיין ווי היפאקראטיע. עד כדי כך אז א דרויסנדער קענען נישט מצליח זיין דאס צו פארשטיין.

א דוגמא, ווען די קאראנא מגיפה איז געווען ביים פולן אויסברוך - געדענקען מיר זיך צו וואונדערן ווי פארשידענע האבן פשוט געלאכט און ווייטער אנגעגאנגען בעבודת הקודש. אבער לויט ווי ערווענט, איז עס זייער פארשטענדליך און ערווארטעט, עס איז פשוט אז תפילה בציבור וועט זיין העכער ווי ספק פיקוח נפש אויב האט מען איבעריגע חומרות אין תפילה בציבור און אהבת חברים אדער זהירות בחיי אדם פאלט אויטאמאטיש אונטער דעם.

די סיבה איז נישט ווייל חרדישע חכמים האבן געהאט אנדערע סטאטיסטיקס ווי די מעדיצינישע עקספערטן, ווייל די זעלבע התנהגות וועט זיין אין הינזיכטן וואו יעדער איז מודה אז עס איז מסוכן. קיינער איז נישט חולק אז אריינלאזן אן אומבאגרעניצטער ציבור אין אן אומקאנטראלירטן פלאץ איז סכנת נפשות, אויב איינער האט אמאל געהאט א ספק דערין - זענען דא 45 קרבנות צו מעיד זיין דערויף.

עס וועט נישט זיין קיין איין פוסק אדער רב וואס וועט האלטן אז אן ענין פון זיין אין מירון אום ל"ג בעומר איז דוחה פיקוח נפש אדער אפילו א ספק-ספיקא פון פיקוח נפש. אבער מיט דעם אלעם זענען געווען גענוג א גרויסע חלק פונעם חרדיש'ן ציבור וואס האבן געפיהלט אז עס איז וויכטיגער. און בכלל - עד היום הזה - איז געווארן א קנאפע פארבעסערונג אין דעם הינזיכט.

דאס קומט אלעס צוריק צום שורש, מ'מוז אנערקענען אז די קאַפּאַציטעט פאר פרינציפן און ווירדן איז באגרעניצט. אזוי האט דער באשעפער באשאפן דעם נאטור פונעם מענטש.

עס איז נישט קיין תכלית צו טראכטן: "וואס קען שוין שאטן אז מ'וועט צולייגן א נייע קפידה, אן אינטרעסאנטן ענין, אדער א שענערעם הידור". עס קומט אייביג מיט א פרייז.

זעלבסטפארשטענדליך, אז איך קום נישט דא אדוואקירן צו אוועקווארפן יעדע חומרא און הידור. חז"ל האבן אויך גוזר געווען גזירות, און צומאל איז דא א תועלת פון באפעסטיגן אן איסור. אבער עס מוז ווערן אריינגענומען אין באטראכט די פרייזן דערפאר.

בעפאר א דיין באלעסטיגט א שואל מיט אן איבעריגן חומרא, דארף ער זיך פרעגן - אויב עס איז באמת וויכטיג, אדער איז ער געטריבן פון פוילקייט אדער אבסעסיע. בעפאר א מענטש נעמט אויף זיך א קפידא - דארף ער זיך פרעגן - אויב עס בארעכטיגט די פרייז וואס עס גייט קאסטן פאר איהם און זיינע ארומיגע.

אויב וועלסטו פרעדיגן דיין זוהן אויפן ענין פון גיין א הוט און רעקל, קען עס אומדירעקט זיין אויפן חשבון פון זיין קפידא אויף זמן קריאת שמע, ווייל אויב האט ער געהערט זיין טאטן דריי מאל א וואך מעורר זיין אויפן לבוש און איינמאל א יאהר אויף זמן קריאת שמע - וועט זיין לייטער פון פריאריטעיטן דאס אפשפיגלען.

אויב דיין זוהן וועט דיר זעהן אויסגעבן הונדערטער דאלערס פאר א מהודר'דיגן אתרוג און מזלזל זיין אין יענעמ'ס געלט - וועט זיין לייטער פון פריאריטעיטן דאס אפשפיגלען.

אויב דיין תלמיד וועט נאכאנאנד הערן דרשות וועגן התקשרות צו צדיקים און ווייניגער איבער די שעדליכקייט פון זיך אויפפיהרן ווילד, וועט ער זיכער נישט טראכטן קיין סאך בעפארן באפאלן און צו'מזיק'ן א ייד וואס איז אפשר נישט אין די זעלבע פאליטישע לאגער ווי זיין צדיק.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר