אפשלאג אויפן ניו יארק טיימס ארטיקל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

אפשלאג אויפן ניו יארק טיימס ארטיקל

שליחה דורך עדיאל »

אל מעכ"ת הרמה, בונה לעצמו במה, פרש צידה ומכמורה, והעלה שלא כתורה, באתי במגילת ספר, אנכי המתפלש באפר, על שברון בת עמי, הרואה מה בין בני לבן חמי, אמרתי אחכמה והיא רחוקה, ע"כ אכתוב חוקה.

די "ניו-יארק טיימס" פרעגט א שטארקע קשיא: היתכן היימישע מוסדות זאלן נישט געבן קיין וועלטליכע ערציאונג פאר אידישע קינדערלעך און זיי אנגרייטן פאר דער אלגעמיינער וועלט. ס'איז דאך א הימל געשריי כשלעצמו, און בפרט אז די רעגירונג גיסט אזויפיל געלט פאר די מוסדות, ווי לאזן זיי דאס צו אזוי? לכאורה איז דאס א מרפסן איגרא'דיגע קשיא, און ווי קען זיין די רבנים און עיני העדה זאלן דאס פארזען. הלא דבר הוא.

אלזא, וועלן מיר פרובירן דא צו מלקט זיין די פארשידענע תירוצים וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן דורך עסקנים, כלל טוער, און עוסקי בצרכי ציבור למיניהם; ווי די שתדלנים שבכל דור ודור לאורך גלותנו שטייען זיי צו דער האנט גרייט אפצושלאגן די טענות פון שונאינו ומקטרגינו.

ראשית, דער פשוט'ער תירוץ: די גאנצע טענה איז שקר וכזב מיסודה, א בלוט בלבול א שטייגער ווי די פראטאקאלן פון די זקני ציון, פראסט אויסגעזויגן פונעם מיטלסטן פינגער דורך שונאי ישראל כדי צו פארשווארצן אונזער פנים.

הנה, אלע חסידישע מוסדות שטעלן געהעריג צו א פולן קוריקולום פון לימודי חול, ווי ס'איז שוין אויפגעוויזן געווארן ביי די אינספעקציעס פון דיבלאזיא'ס קאמיטע אין ישיבת חתן סופר. מ'קען זיך לערנען מיט א מה מצינו פאר אלע מוסדות: פונקט ווי חתן סופר איז אי חסידיש, אי ברוקלין, און ס'דארט דא א קוריקולום פון לימודי חול, פארמאגן אזוי אויך אלע אנדערע ברוקלינער חסידישע מוסדות א קוריקולום פון לימודי חול.

איברא, דאס איז בעצם א שטארקע פירכא, ווייל ס'איז דאך באקאנט אז א כופר הכל איז פטור פון א שבועה, און ווי דער גמרא ערקלערט: חזקה אין אדם מעיז פנים בפני בעל חובו. די ראשי אגודה זענען דאך נישט קיין עמי הארצים, זיי ווייסן אוודאי פון דער חזקה צוזאגן, און דאך זאגן זיי פאר דער רעגירונג אין פרצוף אריין להד"ם. איז דאך געדרונגען אז ס'איז טאקע אזוי.

ועוד, נאך א סברא אין זעלבער גאטונג: די עדות'שאפטן וואס שטיצן אונטער די כלומרשטע הוכחה פון "טיימס" קומען אלע פון דראפאוטס בשולי המחנה, און ס'איז א שטארקער דוחק זיך צו סומך זיין אויף זייער נאמנות. לו יצוייר אז ס'איז אמת וואס זיי טענה'ן, דאן וואלט מען דאך געדארפט הערן פון יונגעלייט מיט וועסטלעך אויפן טלית קטן. אלא מאי, די נושרים האבן דא א נגיעה צו ליגנט זאגן, ולאו כל כמיניהו. ס'נישט שייך צו זאגן מיגו אז זיי וואלטן לעולם געקענט בלייבן אין דער קאמיוניטי, ווייל ווען זיי בלייבן ווען יא, וואלט דאך די "טיימס" זיי נישט געפרעגט.

ועוי"ל, אן אנדער סברא פארוואס מ'זאל סתם זוכן צו באשמוצן די חסידישע געמיינדע: חסידים פארמאגן אפארטמענט בילדינגס וואו הויך-געבילדעטע גוים זענען טענענטס, און דאס איז א כלל גדול אז טענענטס האסן לענדלארדס, מחמת וואס זיי פארגינען נישט. ממילא זוכן זיי אנצושמירן די מוסדות כאילו מ'לערנט נישט קיין ענגליש, און אזוי ארום פטור זיין פון באצאלן רענט.

איבעית אימא, לעולם איז טאקע יא אמת אז ס'נישטא קיין עדיוקעישן. נאר דאס גופא אז עדיוקעישן פעלט זיך אויס איז בכלל נישט מוכרח.

חדא, ביינוז, קיין עין הרע, זענען דא גרויסע עשירים. צוויי, מיר האבן חכמים ונבונים אן קיין קאלעזש. נעמט ר' בנימין לאנדא, א שטייגער, וועלכער איז נישט געגאנגען אין קאלעזש און פארמאגט א ביבליאטעק אין זיין בית-כסא. איז צו וואס פעלט אויס עדיוקעישן ווען מ'קען דאך זיצן אין ביה"כ? דריטנס, אלע קרימינאלן און דראג באנוצער זענען גוים און נישט קיין בני ברית. איז דאך משמע אז עדיוקעישן פירט לא עלינו צו רציחה. פיר, ס'דא איינער א חסידישער ארכיטעקט אן קיין דעגרי וועלכער איז נאך בעסער ווי זיינע קאלעגעס מיט דעגריס. אזויווי די מעשה מיט דניאל חנניה מישאל ועזריה און די זרעונים, אז זיי האבן נאך אויסגעקוקט בעסער ווי די פתבג פרעסער. זעט מען דאך דערפון אז פארקערט, א דעגרי שטערט גאר צו קנין החכמה.

ואם תמצא לומר, עדיוקעישן איז לעולם יא וויכטיג, אבער בלויז פאר גוים. אידן ברויכן נישט קיין עדיוקעישן ווייל זיי לערנען גמרא וואס שארפט זיי שוין אויס דעם קאפ. והא ראיה, אלע מיינע חברים אונטער די פינף-און-צוואנציג האבן פעסטע דזשאבס און פארדינען גרויסע ציפערן. א סך זענען אפילו ענטרעפרענוערס.


ואין להקשות, פון ניו סקווער און קרית יואל וואס זענען די ארעמסטע שטעט אין אמעריקע, ווייל דאס איז נאר אפיציעל. אונטערן טיש איז אן אנדערע מעשה.

או יאמר, לעולם איז דער עולם טאקע יא ארעם, און די וועלכע געניסן פון הילף פראגראמען זענען הונדערט פראצענט בארעכטיגט דערצו. אבער דאס איז נישט ווייל ס'פעלט זיי עדיוקעישן, נאר ווייל זיי טשוזן צו זיין ארעם. זיי ווילן זיצן אין כולל און ערציען גרויסע פאמיליעס. אבער טאמער ווילן זיי דוקא, קענען זיי אין אן אויגנבליק מקיים זיין דעם מאשפות ירים אביון. זיי ווילן נאר נישט. אויף לומדיש גערעדט, ס'נישט א חסרון אין יכולות, נאר א חסרון אין רצון.

ואיבעית אימא, לעולם פעלט זיך יא אויס אן עדיוקעישן זיך צוצופאסן צו דער אלגעמיינער גאס, נאר פארוואס עפעס זאלן מיר זיך מוזן צופאסן צו דער גאס בכלל? איינס, מיר האבן אן אייגענע עקאנאמיע וואו מ'קען זיך אויסלעבן די שבעים שנה דשנים ורעננים — בי ענד עיזש יוכיח. צווייטנס, אדרבא, זאל זיך די סעקולארע גאס צופאסן צו אונז. הלמאי די "טיימס" פארלאנגט נישט אז די גוים זאלן לערנען די סיסטעם פון א"ת ב"ש. דריי, וויפיל שפאניש-רעדנדע איכא בשוקא ווי גארנישט וואלט פאסירט, און די טעלעפאן שיקצעס מאכן זיך נאך בא'טעמ'ט, פארא קאנטיואר עספאניאל פרעזיאנע דאס, ולא תהא כהנת כפונדקית.

ועוד יש לומר, לו יהא ס'אלץ אמת און מ'ברויך ווען יא צו לערנען, קען מען אויך נישט. פוק חזי וויאזוי די פובליק סקולס זענען טיף אין דר'ערד. וויל מיר דען אויסקוקן ווי זיי? ווילן מיר אונזערע קינדער זאלן זיך חבר'ן מיט זייערע פארדארבענע קינדער ח"ו? און אז מ'זאגט ראו גידולים שגדלתם איז דאך א ק"ו אז ס'נישטא וואס צו רעדן פון לערנען, שרייבן, און רעכענען. בפרט נאך אז מיר צאלן שווערע שטייער געלטער פאר די פובליק סקולס, איז דאך אודאי אז מ'קען גארנישט פארלאנגען פון אונז.

ואפילו למאן דאמר, אז ס'איז יא אן עוולה צו ערציען אן אומוויסנדער דור, איז עס ווי שטויב קעגן דער הימל-שרייענדער עוולה פון "טיימס" צו דרוקן אן ארטיקל איבער אפשטאמיגע פון מלחמה איבערלעבער אויף דער ערשטער זייט. פלאי פלאים דאס. אוישוויץ ווערט באריכטעט אויף זייט 34 און עדיוקעישן אויפן דעקל! מי איכא למאן דאמר אז אוישוויץ איז נישט קיין גרעסערע נייעס? בפרט אין אזא טאג ווי סעפטעמבער עלעווען ווען ס'איז אסור צו עוסק זיין אין ענינים וועלכע האבן נישט קיין שייכות מיט טעראר.

על כן נראה לפי עניות דעתי, אז אפילו אויב זאלן מיר וועלן, טאר מען בשום אופן נישט פארבעסערן די למודי חול. דאס אז די רעגירונג מישט זיך אריין, שטעלט אין א סכנה דעם גאנצן יסוד פון סעפערעישן אוו טשורטש ענד סטעיט, עפּעס אויף וואס אונזערע עלטערן האבן זיך מוסר נפש געווען אין יעדן דור. בפרט אז די רעגירונג גיסט אריין געלטער, וואס איז דאך ממש קאמוניזם.

דא עקא, טאמער מיר וואלטן ווען געוואלט נאר די רעגירונג וואלט נישט געוואלט, וואלט עס דאך געווען א חיוב אלס מונע זיין די רעגירונג פון אנטיסעמיטיזם. השתא אז ס'איז קאפויער, איז דוקא ווייל די רעגירונג וויל יא, ווערט עס ווי א שעת השמד און ס'איז יהרג ואל יעבור אפילו אויף ערקתא דמסאנא, און כל שכן אויף חינוך הטהור ווי ס'שטייט אל תגעו במשיחי אלו תנוקות של בית רבן.

ובזכות הבל פיות תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם עץ הדעת יפקון מן גלותא אמן סלה ועד.

כהדה"ח המצפה בצפיתנו צפינו
עדיאל בן זבדיה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום עדיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר