פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 562
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1415 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1238 מאל

פארוואס לייגסטו ארויף דיין קינד אויפן דעם באס?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

די זיצט און שימפעסט פאר כעס אויפן היימישן חינוך סיסטעם באלד אזוי ווילד ווי דער טייוול אום חודש אלול, מ'דארף טון אזוי מ'דארף טון אזי, די רבנים זענען דיקטאטורן, די עסקנים זענען דורעכגעפוילט, מלמדים זענען אין בעסטן פאל נישט שולדיג נאר זענען בלויז טיפשים, די מוסדות זענען קורופטירט. מ'וויינט און מען לאזט טרערן ווי קראקאדילן אזש פאר א דרויסענדער קען זיך דאכטן אז איר זענט געבינדן מיט אייזערנע קייטן ממש.

איך ברוביר צו צוזאמשטעלן וואס איר ווילט אבער לאגיש גייט עס פשוט נישט, כ'מיין וואס ווילסטו? די טענות'ט אז די היימישע סיסטעם\(קולט) איז א געמיש פון שקר און קאנטראל, א קאמיונעטי פון קלוגע פירער מיט פארנאטישע נאכפאלגער. פיין, כ'הער אזוי גייט די וועלט, רוב מענטשן האבן ליב צו קאנטראלירן אדער צו זיין קאנטראלירט, מ'קען אויסרעכענען אן א צאל לענדער פעלקער און געמיינדעס וועלכע פירן זיך בלינדערהייט אינטער זייערע פירער, טייל ברוטאלע און טייל מער צעווילעזירטע.

אינז וואוינען אבער אין נ"י, די קענסט טון וואס די העק עס שמעקט דיר, עס דרייען זיך נישט דא ארום קיין בערדיגע פארשוינען אויף אלטע טעיאטוא פיקאפ טראקס מיט מיט עי קעי 47'ס אויפן אקסל. ווער לאזט דיך נישט שיקען דיינע קינדער אין חב"ד, אדער צו ליטווישע מוסדות, צו מאדערענע מוסדות? אויב די ווילסט ממש זיין אייגנארטיג קענסטו אפילו געבן היים שולע עדיוקאציע.

ווען איינער קומט מיט די טענה אז ער\זי וויל פארלאזן יודישקייט אינגאנצן און זיך גיין לעבן א סעקולארע לעבן, דעמאלט האט ער א שטארקע טענה, פאקט ווייזט אז ס'איז כמעט אומעגליך אדער על כל פנים ס'איז זייער א שווערע "סטראגל", מען זעהט טאקע ווי גרויסע פראצענטן פון או טי די'ס מיטשען זיך מיט אלערליי פראבלעמען.

אבער זיך געבן א גליטש ארויס פונעם לאקאלע סיסטעם און שיקן די קינדער צו אן ענגליש רעדנדע מוסדות אדער דאס גלייכן, מ'קען מיינען אז מען רעדט פון זיך אריין-שווערצן קיין עריע 51. כ'זאג נישט, עס געשעהט נישט פון זיך אליינס, קיינער גייט נישט קומען צו דיין טיר מיט א גרינע רעגיסטראציע קארטל (כ'רעדט פון א דורכשניטליכע פארדינער), אבער אז די זארגסט זיך באמת פאר דיין קינד'ס וואוילזיין פונקט אזוי שטארק ווי דיין אויסגעריסענע גארגל דינערט בין גברא לגברא, אויב ס'איז ממש אזוי, דארף עס אייך נישט זיין צו שווער.

סא וואס ווילסטו? ווילסט טוישן די סיסטעם? אויב יא, וויל איך אייך אויפמערקן צוויי נקודות,
1) "איטס עי לאסט געים", נישט די און נישט די נו יארק טיימס גייען טוישן די 'קולטור' אפילו כחוט השערה, פינטל.
2) פארוואס ווילסטו א טויש? הייב אויף דיין מכילטא און גיי! ס'איז אזויווי די זאלסט פארן צו טעהעראן און מסביר זיין די גייסטליכע פירער אז פרויען דארפן און זאלן האבן רעכטן. אוואדאי, איך האלט אויך אזוי, אבער דער שמייליגער דארטן האט אן אנדערע סארט מח סטרוקטור ווי מיר און דיר.
די האלסט אז די היימישע סיסטעם איז נישט די עכטע יודישקייט, ס'איז סתם בלאף און כ'ווייס נישט וואס. נישט קיין פראבלעם, די מיזט עס נישט דעבאטירן מיט קיינעם, די דארפסט נישט אריינגעבן קיין פאפירן אין געריכט, קענסט פשוט און גראד אוועק שפאצירן.

אין צוויי שירות:
אויב די גלייבסט אין די רבנים איז דאך די חינוך אמת און הייליג.
אויב נישט, איז וואס זיכסטו דארט?

מיין פראגע איז נישט פארוואס די פארפירסט, ס'איז פארשטענדליך, קען זיין אז די האסט שטארקע און גערעכטע טענות אויף די וועג וויאזוי מען האט דיר אויפגעצויגן, אבער "איים סא סארי" סתם זיצן פויל און פאסיוו און וויינען, דאס איז אין מיינע אויגן אבסורד ביז גאר! ווער רעדט נאך אז די מיט דיינע אייגענע הענט לייגסטו ארויף דיינע קינדער יעדן טאג אויף א באס און די שיקסט זיי אפ צו א חדר\סקול וואס די אליינס האלסט אז ס'איז גגעעפפעעררלליךך!

היפאקריט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר