בלאט 1 פון 1

וויפיל ידיעות התורה האבן אונזערע בחורים?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:43 pm
דורך Chasidishmashpia
טוט זיך יעצט א מהומה וועגן די ארטיקל אין די ניו יארק טיימס. אלע חרדישע עסקנים קומען מיט די תירוץ אז ביי אונז איז נישטא קיין רוצחים דראגס וכו'. הגדיל אחד לעשות ארויסצוגעבן א "פארהער" ווי אזוי עס וועט אויסזעהן אויב די ישיבות וועלן לערנען וועגן "האלאווין" . עס האט מיר באמת ארויף געברענגט א שמייכל. אבער לעומת זה אינה ה' לידי א "פארהער" וואס איינער האט ארויסגעגעבן וואס איז כדי מען זאל דאס געבן פאר 13 יעריגער בחורים וואס לערנען לימודי קודש רוב שעות היום און לאמיר זעהן וויפיל זיי קענען פון "אונזער" היסטאריע!