די פארכטיגע טעג: בין ישראל לעמים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3742
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5725 מאל

די פארכטיגע טעג: בין ישראל לעמים

שליחה דורך וואלווי »

קלערסט אז די גוים ווייסן נישט ווי אזוי מערבב זיין דעם שטן?

מוצאי טענקסגיווינג וויקענד, איז דער גלח שוין מעורר אז מ'טרעט אט אריין אין די הייליגע טעג, א יעדע קני פארן צלם איז מתקן די קניעריי פאר נשים אגאנץ יאר. ס'הערשט אן אנגעצויגענקייט צוזאמען מיט א העכערע יראת הרוממות אלס הכנה צו די פארכטיגע טעג.

אין שטוב זענען די נשים צדקניות פארנומען מיט לשנה טובה קארטלעך, און די גרויסע מיידלעך מיט אנגרייטן די מתנות אינטערען בוים. די יונגעלייט זיצען אין מיני ווענס פייפערדיגערהייט מיט קריכעדיגע קינדער, באמפער טא באמפער, אויף פיפט עוועניו אויף פיקען די לעצטע פאר מתנות פון טיפעני'ס, פון דארט צו דאלאר דזשענעראל פאר נאך נוי בוים, דערנאך אהיים ווייל ס'ווערט שוין שפעט. ביזדערווייל, סטראשעט מען די קליינע קינדער אז זיי וועלן נישט קענען גיין אין שוהל כחצות הלילה.

איה הסופר צו באשרייבן די געדעכטע אנגעצויגענע אויר כחצות הלילה און סמעדרש הגדול, קוקנדיג מיט דערהויבנקייט צום ריכטונג פונעם ארכבישאף'ס טיר וואס געט זיך אזא פראלעווע אויף, תיכף ומיד קומען די למנצח'ס אזוי רייסן ווי א דינער ארויס, נאר זענעדיג דאס ריין געטובלטע צורה.

וואלסט געמיינט אז די חברה האבן שכל מיטנעמענדיג עפעס פון די הייליגע טעג. גארנישט. זיי ווייסען נישט פון קומזיצעס און שמחת בית שואבה'ס, ס'איז זיי קיינמאל נישט איינגעפאלן צו מקדיש זיין די נעכט צווישן די 25'ער און ניו יעהר איעדע נאכט פאר א צווייטער פון די אפאסטעלס. נעווער מיינד פראווענען אן אסרו חג ווייל פארוואס נישט.

וואס זיי ווייסן יא, איז נישט כאפן קיין נייטמעירס פון רעליגיע פון ראש השנה לראש השנה, מ'ענדיגט נישט יום הדין זאת חנוכה און מ'הייבט נישט אן חמשה עשר באב. ס'איז עולם כמנהגו נוהג, מיט איין הענגעדיגע צלם פונ'ם קאר שפיגל איז מען מער ווי הייליג.

איין זאך וואס אונזער יודישע רעליגיע האט זיך אזוי ארלעדיגט אן אויבערהאנט איז אין סעלף ריפראדאקשן. אלעס וואס שטייט אין די תורה קען מען אפלייען צו ווען און ווי מ'קען. נעווער אין א מיליאן יאר האט משה רבינו גע'חלום'ט אז די איין תעבירו שופר וועט מען עקסטענדן פון ר'"ח אלול ביז הושענא רבה. ס'אפילו דא חצרות ווי מ'עסט מצה פרשת כי תבא אלס ברוך טנאך ומשארתך.

די זוהן פון גאט אבער, האט זיך נאך געלייגט שלאפן בחייו אן א מנין חסידים, האט נישט געהייערט קיין מארקעטינג, און זיין גאט האט עם נישט געוויזן דור דור ודורשיו. ער געט נישט קיין פ צו די קומסט גראד ארויס פון דזעקוזי שמעקעדיג פון שעמפעין כחצות הלילה, שפאצירנדיג גלייך אריין אין היכל האנט אין האנט מיט בחירת לבו, בשעת ווארפענדיג די אויגן אויפן שכן'ס בחירת לבו.

אשרי העם יודעי תרועה? זאל מען גיין לערנען פייפן ווי די ערלים פייפן. צייט צו פרובירן מיט גוטען, צייט צו מחליף זיין ריתחא בניחותא. אפילו יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו קען זיין בניחותא.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר