די פארכטיגע טעג: בין ישראל לעמים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

די פארכטיגע טעג: בין ישראל לעמים

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:04 am

קלערסט אז די גוים ווייסן נישט ווי אזוי מערבב זיין דעם שטן?

מוצאי טענקסגיווינג וויקענד, איז דער גלח שוין מעורר אז מ'טרעט אט אריין אין די הייליגע טעג, א יעדע קני פארן צלם איז מתקן די קניעריי פאר נשים אגאנץ יאר. ס'הערשט אן אנגעצויגענקייט צוזאמען מיט א העכערע יראת הרוממות אלס הכנה צו די פארכטיגע טעג.

אין שטוב זענען די נשים צדקניות פארנומען מיט לשנה טובה קארטלעך, און די גרויסע מיידלעך מיט אנגרייטן די מתנות אינטערען בוים. די יונגעלייט זיצען אין מיני ווענס פייפערדיגערהייט מיט קריכעדיגע קינדער, באמפער טא באמפער, אויף פיפט עוועניו אויף פיקען די לעצטע פאר מתנות פון טיפעני'ס, פון דארט צו דאלאר דזשענעראל פאר נאך נוי בוים, דערנאך אהיים ווייל ס'ווערט שוין שפעט. ביזדערווייל, סטראשעט מען די קליינע קינדער אז זיי וועלן נישט קענען גיין אין שוהל כחצות הלילה.

איה הסופר צו באשרייבן די געדעכטע אנגעצויגענע אויר כחצות הלילה און סמעדרש הגדול, קוקנדיג מיט דערהויבנקייט צום ריכטונג פונעם ארכבישאף'ס טיר וואס געט זיך אזא פראלעווע אויף, תיכף ומיד קומען די למנצח'ס אזוי רייסן ווי א דינער ארויס, נאר זענעדיג דאס ריין געטובלטע צורה.

וואלסט געמיינט אז די חברה האבן שכל מיטנעמענדיג עפעס פון די הייליגע טעג. גארנישט. זיי ווייסען נישט פון קומזיצעס און שמחת בית שואבה'ס, ס'איז זיי קיינמאל נישט איינגעפאלן צו מקדיש זיין די נעכט צווישן די 25'ער און ניו יעהר איעדע נאכט פאר א צווייטער פון די אפאסטעלס. נעווער מיינד פראווענען אן אסרו חג ווייל פארוואס נישט.

וואס זיי ווייסן יא, איז נישט כאפן קיין נייטמעירס פון רעליגיע פון ראש השנה לראש השנה, מ'ענדיגט נישט יום הדין זאת חנוכה און מ'הייבט נישט אן חמשה עשר באב. ס'איז עולם כמנהגו נוהג, מיט איין הענגעדיגע צלם פונ'ם קאר שפיגל איז מען מער ווי הייליג.

איין זאך וואס אונזער יודישע רעליגיע האט זיך אזוי ארלעדיגט אן אויבערהאנט איז אין סעלף ריפראדאקשן. אלעס וואס שטייט אין די תורה קען מען אפלייען צו ווען און ווי מ'קען. נעווער אין א מיליאן יאר האט משה רבינו גע'חלום'ט אז די איין תעבירו שופר וועט מען עקסטענדן פון ר'"ח אלול ביז הושענא רבה. ס'אפילו דא חצרות ווי מ'עסט מצה פרשת כי תבא אלס ברוך טנאך ומשארתך.

די זוהן פון גאט אבער, האט זיך נאך געלייגט שלאפן בחייו אן א מנין חסידים, האט נישט געהייערט קיין מארקעטינג, און זיין גאט האט עם נישט געוויזן דור דור ודורשיו. ער געט נישט קיין פ צו די קומסט גראד ארויס פון דזעקוזי שמעקעדיג פון שעמפעין כחצות הלילה, שפאצירנדיג גלייך אריין אין היכל האנט אין האנט מיט בחירת לבו, בשעת ווארפענדיג די אויגן אויפן שכן'ס בחירת לבו.

אשרי העם יודעי תרועה? זאל מען גיין לערנען פייפן ווי די ערלים פייפן. צייט צו פרובירן מיט גוטען, צייט צו מחליף זיין ריתחא בניחותא. אפילו יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו קען זיין בניחותא.
24' TRUMP FUENTES
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 4807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4585 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:21 am

איי איי איי..דער קומט אריין שטארק! האבן מיר א ונבנתה מיט א קריסטליכער טוויסט..
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3842
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3410 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:17 am

אֱמֶת, כִּי אַתָּה יוֹצְרָם
ואַתָּה יוֹדֵעַ יִצְרָם
כִּי הֵם בָּשָׂר וָדָם.

ביי תפלת ונתנה תוקף איז אויך דא א ימים נוראים'דיגע קאנטראסט, נישט נאר בין ישראל לעמים, נאר אויך בין ישראל לישראל. מיר זענען מסובך צווישען אונז אליינס. גייען מיר די שרעקעדיגע יום הדין וועג, אדער מיר האגען די באשעפער און ער האגט אונז צירוק כרחם אב על בנים, א יום הולדת שמח ביום הרת עולם.

ביי לדוד מזמור זאגט מען צוויי מאל די בקשה פון שאו שערים ראשיכם. ס'איז א רוף פון קול דודי דופק, ער בעט מ'זאל עם עפענען די טיהר. אונז האמיר שוין עקספעריענס יאר איין יאר אויס, מ'קלאפט שוין באנונז זייט די וועלט שטייט, מ'ווערט דערשראקן ימים נוראים, דער קעניג גייט משפט'ן. למעשה, במוצאי מנוחה לויבט מען דער אייבערשטער אז מ'האט זיך ארויס געראטעוועט אזוי אומבאמערקטערהייט, וויסנדיג אז ביז'ן נעקסטען קלאפ אין טיר זענען מיר סעיף. אבער מיט די יארן וועפט ציביסלעך אויס די געים cat and mouse, מ'וויל שוין נישט הערן די קלאפ וואס הערט זיך ווי די סטראשעריי פון דזשאנדארן וואס גייען אלעס אוועק רויבן. מ'הייבט אפי' אן טראכטן פארוואס זאל מען דורך גיין די אומזינסטע שרעק, ווען צום סוף לעבט מען אפ נאך א יאהר.

אזוי האט זיך שלמה המלך אריינגעלאזט אין די סוגיא פון קלאפעריי. אויף די שאו שערים ראשיכם, פרעגט מען קלאר צירוק פון אנדערען זייט, וועם ווילסטו דא אריינרוקען? מי הוא זה מלך הכבוד? אויף דעם קומט א גרויסען ענטפער, עיזוז וגיבור מלחמה. אבער דארט איז עס געבליבןַ, די טויערן זענען הערמעטיש פארשלאסן, ווייל אז מ'איז פארשלאסן וויל מען נישט וויסען פון קיין גיבור מלחמה, ס'איז אין קול ואין עונה. אזוי גייט עס, און ס'קען אזוי ווייטער אנגיין, ביז מ'וועט דערהערן ה' צבאות הוא מלך הכבוד סלה, ס'איז גרעסער ווי שטארק און גרעסער פון גרויס. דאס עפענט טויערען און אויף דעם לאזט מען צו די קלאפ פןן שאו שערים ראשיכם. די מעסעדזש גייט אריין אין קאפ, דא איז יראת הרוממות, ברידער.

ונתנה תוקף איז פון די "גרויסע" תפלות ימים נוראים. ס'איז געדריקט מיט גרויסע באלד אותיות, די בעל תפילה זאגט דאס ווארט ביי ווארט. דא רייסט מען אויס אלע שלעכטע גזירות מיט איין שריי פון תשובה תפילה צדקה, וואס העכער אלס בעסער. ס'קען אפי' זיין, אז בשעת די בעל תפילה גארגעלט זיך און ציהט אויס דעם "רוע" הגזירה, קען מען אויספליקן אלע שלעכטע זאכען וואס מ'קען אריין קוועטשן און אינזין האבן אין די פאר סעקונדעס, אסאך מער ווי די נאר דריי זאכען ביי "איה" פון כתר. ביי ונתנה תוקף שטעלט מען זיך אויף כדי דאס זיצען זאל חלילה נישט אריין ברענגען א קלות. דאס איז די צייט צו געבן אזא רוק די עטרה פון די פלייצע ביז איבער די אויגן, כאילו מ'האט מורא אז ס'וועט גיין אפאר טרערן און די שכן וועט וויסען אז יעצט משפט'ן. די שרעקעדיגע גורל'דיגע ווערטער פון מי בקצו ומי שלא בקוצו, דרייען אן בילדער פון איבערגעדרייטע קארס אויף די טראוועי מיט מתעסקים טראקס, ר"ל.

אט דאס דאזיגע שרעק איז א תוצאה פון די in house מקטריגים בין ישראל לישראל. אז ס'מאכט זיך אז מיר שטייען שוין גוט מיט די מעסטער פון בין ישראל לעמים, האמיר דא א מכם ובכם פון בין ישראל לישראל. פון איין זייט שרייעט א ווילדע פחד פון אידישע קינדער אין יום הדין, פון די אנדערע זייט רופט א טאטע צום קינד, קום נענטער מיין ליבלעך קינד. מ'קען פונקט אזוי, אז מ'וויל, אפלערנען די זעלבע תפילות אלס א סניגור ווי אלס קטיגור.

ווען מ'זאגט די ווערטער אמת כי אתה הוא יוצרם ואתה יודע יצרם, מוז נישט זיין אז מ'פארענטפערט זיך אויס מורא אז מיר זענען צו שוואך צו עומד זיין בנסיון, מיט א תירוץ פון כי הם בשר ודם. וואס יא? דא האבן מיר דוקא א גאר הערליכע שבח אויף כלל ישראל. די באשעפער ווייסט יא ווי מיר מוטשען זיך א גאנץ יאהר, די הייליגע ווערטער בנפשו יביא לחמו און משל כחרס הנשבר, זענען די גדלות פון כלל ישראל. ס'גייט יאר נאך יאר און מ'מוטשעט זיך ווייטער, און די קינד איז שוין ווייטער דא. ער רופט הויך אויס, העלא טאטי איך בין דא, דוקא מיט די שמיציגע קליידער, דוקא די זוהן דער חרס הנשבר. די אהבה איז אהבה שאינו תלויה בדבר, אפילו נאר פאר איין טאג אליינס איז ווערד דעם וויזיט פון דעם ילד שעשועים, נאום ה'.

די קטיגור און סניגור זענען מיר אליינס, ס'דא בין ישראל לעמים און ס'דא בין ישראל לישראל. דא זענען מיר די אייגענע סניגור. מיר לערנען אליינס אפ די גוטסקייט וואס מיר זענען. תשובה תפילה וצדקה איז א לא זו אף זו. יהי מיט שיהי', מי באש ומי במים, מי ישלו ומי יתיסר, אדער מי ברעש ומי במגיפה, לא זו אף זו קתני, א יעדער איינער מיט זיין מצב קומט נאכאלס מיט אהבה צו נעמען א חלק פון תשובה תפילה וצדקה. אז מ'וועט מאכן הס קטיגור וועט ווערען קח סניגור,

----------------

Moral of the story: אז ווילאנג מ'מאכט קידוש ביי פאזע, זאל די דאווענען נעמען וואס לענגער....
24' TRUMP FUENTES
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 4807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4585 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:00 am

טוב טעם ודעת למדיני כי במצותיך האמנתי

אז מ'רעדט פון גאט און רעליגיע ניצט מען די אויסדרוק "גלייבן", די גלייבסט אדער די גלייבסט נישט. פארדעם דארף מען נאך נישט אזוי איינרייסן, איעדער דילט מיט עס, איעדער פיגערט עס אויס. האסט אמאל געזעהן אן עלטערע יוד איז הוקט צו YY?

אבער מצוות? דאס טוט מען פון אלס קינד. אויב אזוי וואס איז די אמונה? אפאר לשם יחוד'ס? לכאורה, זענען מצוות טאקע נישט די כוונה פון אמונה, מ'טוט די ציווי השם אבער די לשם יחוד איז נישט די מצוה, אזוי אויך איז אמונה נישט די מצוה, ס'איז מחזק די מצוה, אדער אפשר פארקערט.

אבער אז מ'האט נישט קיין טעם אין מצוות מעשיות, און מ'פילט נישט וואס מ'טוט בשעת טוהן א מצוה, בלייבט מען נאר מיט די אמונה דערין. מ'קען אזוי אפשטיפן אסאך יאר, אדער מ'קען רעדן דיירעקטלי צו גאט, האסט באפוילן מצות? זעה אז ס'זאל רעדן צו אונז.

אז מ'האלט ביי מצוות אנשים מלומדה, מאנט מען פונעם מצווה טוב טעם ודעת למדיני, זעה אז עפעס זאל דא ווערען א גוטע טעם דערין, כי במצותיך האמנתי, ביזדערווייל דארפן מען גלייבן אז מ'טוט עפעס אן וויסען וואס די עפעס איז.
24' TRUMP FUENTES
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3259
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 4807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4585 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 7:52 pm

וואלווי האט געשריבן:טוב טעם ודעת למדיני כי במצותיך האמנתי

אז מ'רעדט פון גאט און רעליגיע ניצט מען די אויסדרוק "גלייבן", די גלייבסט אדער די גלייבסט נישט. פארדעם דארף מען נאך נישט אזוי איינרייסן, איעדער דילט מיט עס, איעדער פיגערט עס אויס. האסט אמאל געזעהן אן עלטערע יוד איז הוקט צו YY?

אבער מצוות? דאס טוט מען פון אלס קינד. אויב אזוי וואס איז די אמונה? אפאר לשם יחוד'ס? לכאורה, זענען מצוות טאקע נישט די כוונה פון אמונה, מ'טוט די ציווי השם אבער די לשם יחוד איז נישט די מצוה, אזוי אויך איז אמונה נישט די מצוה, ס'איז מחזק די מצוה, אדער אפשר פארקערט.

אבער אז מ'האט נישט קיין טעם אין מצוות מעשיות, און מ'פילט נישט וואס מ'טוט בשעת טוהן א מצוה, בלייבט מען נאר מיט די אמונה דערין. מ'קען אזוי אפשטיפן אסאך יאר, אדער מ'קען רעדן דיירעקטלי צו גאט, האסט באפוילן מצות? זעה אז ס'זאל רעדן צו אונז.

אז מ'האלט ביי מצוות אנשים מלומדה, מאנט מען פונעם מצווה טוב טעם ודעת למדיני, זעה אז עפעס זאל דא ווערען א גוטע טעם דערין, כי במצותיך האמנתי, ביזדערווייל דארפן מען גלייבן אז מ'טוט עפעס אן וויסען וואס די עפעס איז.

וואלווי: איך וויל מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה. דו האסט דערמאנט אז אויב מ'שפירט נישט קיין טעם אין מצוות מעשיות בלייבט מען נאר מיט די אמונה. לפענ"ד איז דאס תלוי איינס אין אנדער'ן. אויב מ'שפירט נישט קיין טעם אין די מצוות מעשיות, איז ווייל מ'האט נישט געלערנט אין די ישיבות און סקולס.ממילא העלפט נישט קיין אמונה. פארקערט. מ'קומט (ח"ו) אן צו פארלירן די אמונה. ווייל וואס מ'טוט איז נאר כמעשה קוף בעלמא.

דאס האט צו טון מיט די אמת'ע גזירת החינוך. נעווער מיינד נפתלי מאסטער און די ניו יארק טיימס און די פאר (נעבעכ'דיגע) או.טי.די.'ס וואס זיי האבן אינטערוויאו'ד. נאר צווישן אונז אליין דארף זיין אן התעוררות מתקן צו זיין דעם קוריקולום (סדר ותוכן הלימוד) אין די ישיבות. אנגעהויבן פון לערנען פירוש המילות פון טאג טעגליכן דאווענען. אויך לערנען אידישע היסטאריע. אז די גראדואירטע פון ישיבות זאללן נישט מיינען אז דער בעל שם טוב מיט'ן חזון איש זענען געווען א נעפיו מיט א פעטער. אדער אז זיי זענען אראפגעפאללן פון א בוים ערגעץ אויף בדעפארד עוועניו אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג. אויך די פירוש און מיין פון די ברכות. דאמאלס איז דא א האפענונג אז די תלמידים וועללן שפירן א טעם אין אידישקייט בכלל. און מקיים זיין מצוות מעשיות בפרט. די אמונה וועט שוין ממילא קומען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12412 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט