וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 599 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 753 מאל

וועלכע היימישע צדקה ארגעניזאציע איז די מערסטע עהרליך

שליחה דורך ששון ושמחה »

אסאך מאל וויל איך מנדב זיין געלט פאר צדקה, בפרט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, און איך וואלט געוואלט געבן פאר א היימישע ארגעניזאציע וואס איך ווייס איז עהרליך און ניצט די געלט פאר עכטע צדקה צוועקן.

פארשטייט זיך אז די צוועק דארף זיין א נארמאלע צוועק (נישט מקוואות אין די הרי הררט), אבער וואס פינקטליך עס איז איז נישט אזוי וויכטיג. די עיקר אז איך קען וויסן אז זיי זענען עהרליכע מענטשן און אז עט ליסט 80-90 פראצענט פון די געלט גייט טאקע פאר די צוועק וואס זיי זאגן צו.

איז וועלכע היימישע ארגעניזאציע האט א נארמאלע עהרליכע באורד וואס מ'קען טראסטן, אדער האט אפענע ביכער, און מ'קען וויסן אז זיי זענען א עהרליכע ארגעניזאציע? און אויב ס'איז נישט דא איינס וואס האט א נארמאלע אפענע חשבון, וואס איז די נענטסטע צו דעם וואס כ'קען די מערסטע זיך פארלאזן אז זיי זענען עהרליך?
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר