הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנהלת

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דורש אמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

הארצרייסנדע בריוו לכבוד די טאכטער'ס יום החופה פון יפד מנהלת

שליחה דורך דורש אמת »

אן אפענע בריוו צו רבקי, מיין טאכטער, אויפ'ן טאג פון איר חתונה.

רבקי מיין טייערע באליבטע, כאטש מיר האבן נישט גערעדט שוין אסך יאר, איז מיין הארץ מיט דיר, בשעת דו גרייטסט זיך פאר דיין חתונה היינט נאכט, און דו וועסט אריינטרעטן אין א נייע קאפיטל פון דיין לעבן אלס א פארהייראטע פרוי.
טראצדעם וואס מיין פיין איז נישט צום באגרייפן, אז איך קען נישט זיין מיט דיר אין דעם גרויסן טאג, וויל איך זאלסט וויסן אז איך שיק דיר מיין בעסטע וואונטשן און אלע גוטע ברכות. דו ביזט ווערד גארנישט ווייניגער פון דאס בעסטע וואס קען נאר זיין.
איך בין אזוי שטאלץ מיט דיר, וואספארא אויסערגעווענטליכע יונגע פרוי דו ביזט אויפגעוואקסן. א הערליכע, פעסטע, גייסטרייכע, פארזיכערטע און ליבליכע פרוי.

פון די ערשטע מינוט וואס דו ביזט געבוירן, האט געשיינט פון דיר ליבשאפט און א רוהיגע גייסט מיט זיכערקייט.
מענטשן האבן זיך אפט טועה געווען און געמיינט אז דו ביזט א בת יחידה, כאטש דו ביזט באמת די פיפטע פון צען קינדער.
מיט דיין שטילע זעלבסטשטענדיגקייט, און דיין זיסע פריינטליכקייט, האסטו אונז אלע צוגעצויגן ווי ארומגעוויקלט ארום דיר.
ווען דו ביזט געווארן עלטער, האב איך געשעפט אזויפיל נחת רעדנדיג מיט דיינע לערערינס וואס האבן דיר אלעמאל אויסגערימט. דו האסט זיך כסדר אויסגעצייכנט אין דיינע לימודים און געוואוסט וויאזוי צו זיין א גוטע חבר'טע.

איך האב אזוי ליב געהאט וויאזוי דו פלעגסט מיטקומען מיט מיר צו די ארבעט פרייטאג און אנפולן ענוועלויפס בשעת איך האב צוגעענדיגט מיינע אויפגאבעס פון די וואך. די דאזיגע שטילע מאמענטן וואס מיר זענען געווען צוזאמען, אוועק פון די הו הא פון דערהיים, איז אפט געווען די הויכפונקט פון מיין גאנצע וואך.

און נאכדעם איז געקומען די ביטערע פיין פון אפשייד, ווען איך בין אוועק פון דערהיים מיט די יונגערע קינדער.
און די שאלות וואס האבן געעגבערט:
וואס האב איך געקענט טון אנדערש? האב איך געטון גענוג דיר צו לאזן וויסן ווי שטארק איך האב דיר ליב?
האב איך פרובירט גענוג שטארק אנצוהאלטן קשר מיט דיר, דורכאויס די יארן?
איז געווען עפעס אנדערש וואס איך האב געקענט טון עס צו מאכן גרינגער פאר דיר?

איך האב נישט קיין ענטפער אויף די אלע פראגעס, אבער איך ווייס אז דו ביזט געווען אן אומשילדיג קינד, פארכאפט אין א פארגיפטעטע מצב. און דיר איז זיך נישט געקומען גארנישט פון דעי פיין.

איך בין געווען אזוי פרייליך ווען איך האב געהערט אז דו האסט געטראפן א ליבליכע היים וואו צו וואוינען דורכאויס דיינע היי סקול יארן און פארברענגט צוויי יאר פון ערפאלג אין ארץ ישראל. און צום סוף זיך געסעטלט צו וואוינען מיט גיטי אין לעיקוואד.
איך האב פרובירט זיך מקשר זיין מיט דיר אין מערערע וועגן, און כאטש איך האב פארשטאנען אז דו ווילסט איך זאל דיר אפלאזן האבן די יסורים פון שיידן זיך פון דיר - מיר קיינמאל נישט פארלאזט.

איך האב מצליח געווען צו כאפן קליינע בליקן פון דיר דורכאויס די יארן, און איך בין אלעמאל געווען פול מיט נחת צו זעהן וויאזוי דו אנטוויקלסט זיך צו ווערן די פרוי וואס דו ביזט היינט.

זאלסט וויסן אז כאטש מיר זענען אפגעהאקט, גייט נישט אדורך א טאג וואס איך טראכט נישט פון דיר. מיינע טעג זענען פול מיט בענקשאפט און מיינע נעכט זענען פארפלייצט מיט חלומות פון וואס וואלט געקענט זיין.

רבקי, איך בין דיין מאמע, די פרוי וואס האט געהאט די זכי' דיר צו געבוירן און דיר ברענגען אויף דער וועלט. זאלסט וויסן אז אפגערעדט פון וואס ס'האט פאסירט דורכאויס די יארן, און וואס מען האט דיר געזאגט וועגן מיר, וועט דער קשר אלעמאל בלייבן. און אויב, און ווען, דו באשליסט מיר צו האבן אין דיין לעבן, בין איך דא פאר דיר אין סיי וועלכע וועג דו וועהלסט אויס.
און דערווייל וועל איך שטיין אין די זייט און שטילערהייט זיך פרייען פאר דיר. איך וועל פייערן אלע דיינע דערפאלגן, און שטיין מיט דיר אין דיינע שווערע צייטן.

רבקי איך האב דיר ליב אהבת נפש, מער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן.

דאס בריוו איז איבערגעזעצט געווארן פון ענגליש. די ארגינעלע בריוו קען מען זען דא https://www.facebook.com/Beatriceweber11

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר