אנעקדאטן פון מיין ישראלי'שן נאטיץ-ביכל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 774
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

אנעקדאטן פון מיין ישראלי'שן נאטיץ-ביכל

שליחה דורך שאלתיאל »

ווי ערווענט שוין ערגעץ ווי, ווייל איך אין די לעצטע פאר חודשים אין מדינת ישראל און מיט די צייט איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען מיט מענטשן, פלעצער און בכלל מיט דער עקזאטישע קאלירפולע באפעלקערונג מיט וואס דער הייליגע לאנד איז געבענטשט געווארן. באוואפענט מיטן גאסט-אויף-א-ווייל-זעהט-אויף א מייל- מעלה האב איך אנגעזאמעלט אביסל אנעקדאטן און עקספיריענסעס און איך וועל בלי"נ פראבירן מיטטיילן דא פון צייט צו צייט פון מיין נאטיץ- ביכל.


'שבוע הספר' און א באגעגעניש מיט טוביה טענענבאום.
21June 2022

א שיינע מנהג האבן זיי אין ישראל מיטן באשטימען איין וואך אין יאר אלץ 'שבוע הספר'- דער וואך פון בוך. די מנהג גייט צוריק א קיימא לן פון בערך הונדערט יאר אין 1926 ווען אין תל אביב האט מען ארויסגעשטעלט צוויי טישלעך מיט ביכער. דעמאלט האט עס געהייסן 'יום הספר העברי'. מיט די יארן האט זיך עס אנטוויקלט און פאברייטערט און היינט האלט עס נישט ביי א טאג נאר ביי כמעט א חודש און נישט צוויי טישלעך נאר ריזיגע מארקטן וואס ווערן אויפגעשטעלט אין ירושלים און אין תל אביב דארט לייגן צענדליגע דיוסטרובערס ארויס טויזענטע ביכער פאר ביליגע פרייזן און פייערליכע פעסטיוואלן ווערן אפגעהאלטן. מאסן ביכער אנהענגער פון אלע שיכטן און קרייזן לאזן זיך אראפ אויף די בוך צענטערן אינגאצן גערירט און איבערגענומען און ביכער ווערן צוכאפט ווי הייסע בילקעס ארויס פון אויוון. דער עם הספר טוט פייערן דער וואונדערליכע פלא הבריאה וואס טראץ אלע הספדים אין די לעצטע יארן לעבט נאך און איז דא מיט אונז- דעם בוך.

אלץ פאנאטישע בוך אנהענגער האב איך באזוכט אין איינע פון די גרויסע בוך צענטערן אין ירושלים אין מתחם התחנה הראשונה, דאס איז אַן אלטע באן סטאנציע פון דער ערשטע באן ליניע אין א"י וואס איז היינט א פארוויילונגס ארט.
טויזענטע מענטשן אנשים נשים וטף האבן באלאגערט דאס ארט און זיך ארומגעדרייט צווישן די פילע סטענדס אבער פארט האט ער ארויסגעשטארצט צווישן די מאסן, א נידעריגע דיקליכע פערשוין מיט א שפיציגע נאז און א ציניש שמייכל- ממש ווי דער אידישע סטריאוטיפ ארויס פון די קאריקאטורן, דאס איז טוביה טענענבאום. טוביה איז דער גרונדער און אנפירער פון די אידישע טעאטער אין ניו יארק, ער איז א שרייבער און א דזשורנאליסט, ער שרייבט פאר דער דויטשע ''צייט'' און פאר די פראנצוזישע 'לע מונד', בעיקר באוויסט פאר זיינע רייזע ביכער וואס ער שרייבט, ער באזעצט זיך אין א לאנד פאר עטליכע חודשים און שרייבט זיינע נאטיצן. ער איז אַן אינטערסאנטע כאראקטער און האט אין זיך א טויטליכע קאמבינאציע וואס מאכט זיינע ביכער פאר א סוקסעס, דאס איז אזא מין געריבנקייט, סאושעל סקילס, א געשליפן פיסקל, הומאר און א געוואלדיגע מאס צינישקייט קעגן יעדן צוגלייך. און צוגאב, מיין איך אז ער איז פון די לעצט פארבליבענע זשורנאליסטן וואס פארמאגן נאך עטוואס אביסל שכל הישר און קומען נישט שטופן אגענדעס און מחנך זיין די המון נאר באמת הערן די מיינונגען פון מענטשן. ווען ער רייזט דורך א לאנד, באפריינדעט ער זיך מיט וועם ער קען נאר, זאל עס זיין מסוכנ'דיגע גענגסטערס אדער הויעכראנגיקע פארלעמענט פירער און מיט א 'סאקראטישע צינישקייט' איז ער מצליח ארויסצונעמען פון זיי זייערע אמתע מיינוגען און אפטמאל זיי לאזן מיטן צונג אינדערויסן אראפרייסענדיג די אפיציעלע מאסקע אונטער וועלכע רוב מענטשן באהאלטן זיך. אזוי איז ער מצליח אהערצושטעלן אַן אויטענטיש בילד פון די לאנד וואס ער באשרייבט.
ער איז א חרדי לשעבר, געבוירן אין בני ברק צו א רבני'שע פאמיליע און רעדט א צובראכענע אידיש. ער איז דא צו צייכענען בוקס פאר זיינע אנהענגער און איך הער פון אים אז ער וויילט אין מאה שערים אין די לעצטע פאר חודשים פאר זיין קומענדיגע בוך. וועלן מיר ווארטן מיט שפאנונג. (איך האב דערווייל געליינט פון אים : The Lies They Tell- איבער אמעריקע/ Catch the Jew!- איבער מד"י און The Taming of the Jew- איבער די יונייטעד קינגדאם)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר