פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

פאר וועם איז די פארדארבענע סיסטעם א פראבלעם

שליחה דורך כוואליעס »

ווער ליידט פון די סיסטעם? א יעדער איינער (אפילו איינער וואס איז נישט אין די סיסטעם)!!!
מיר וועלן אנכאפן איין דוגמא, דאס איז די שידוכים קריזיס, ווי איר וועט זען וואספארא חורבן די סיסטעם האט אנגעמאכט, און ווי יעדער וואלט הנאה געהאט ווען מען וואלט גענומען די סיסטעם און עס געלייגט נעבן אליפארני"ס קאפ
פון ווען א קינד ווערט געבוירן זעצט מען אים ארויף אויף א הייוועי אויף וואס ער פארט דערויף זיין גאנצע לעבן ביז זיין קאר שטארבט אפ, דעמאלטס דאמפט מען אים אין בית החיים.
א קינד גייט יעדע יאר ארויף א נייע כיתה, ביז ער גייט אריין אין ישיבה, גייט ער ארויף יעדע יאר א שיעור, א.א.וו.
ער האט חתונה, ביי זיין ארבעט האט ער געווענטליך אפארטונעריס צו שטייגן אין ראנג, באקומען א רעיז וכו', ער געבוירט קינדער וואס זיי פאר ווייטער ער מאכט שוין בר מצווה, חתונה, האט אייניקלעך וכו',
ער פארט אויפן הייוועי
עס איז אבער דא איינער וואס שטייט ביי די זייט פון די ראוד מיט אנגעצינדענע העזערט לייט'ס. סטאק.
דאס איז דער אלטער בחור.
ער איז אריינגעפאלן אין א לאך פון וואס ער קען זיך נישט ארויסזען.
ער זיצט אזוי אין זיין קאר און קוקט זיך צו מיט ווייטאג וויאזוי יעדער פליט אים אדורך, גוטע אידן גיבן זיך אפילו א שטעל אפ פרעגן אויב ער דארפ הילף אבער זיי קענען אים נעבעך נישט העלפן מיט גארנישט
דער בחור פילט א יעדע מינוט וואס ער זיצט אין ישיבה ווי נאך א מינוט גייט ער עקספלאדן ווי א בלאבערי.
ער מצידו וואלט ער שוין לאנג געגאנגען טרעפן עפעס א ארבעט צו שטילן אביסל זיינע געפילן, ער פילט זיך ווי אזא לא לנו, ווי א ליידיגייער, זיצט און שטופט די צייט פון ציפרי ביז ביינאכט,
ער טראכט צו זיך פארביטערט, יעצט האב איך נישט קיין עקספענסעס וועלט איך זיך כאטש זיך געקענט אפשפארן אפאר טאלער,
נא, וואס איז די פראבלעם? זאל ער גיין ארבעטן?
אהה! וואס הייסט ער וועט זיין א ווירקונג בוי ביסט נארמאל?
נא? וואס איז די פראבלעם ער גייט דאך סייווי ארבעטן נאך די חתונה?
יא אבער ווער גייט וועלן נעמען א ווארקינג בוי?
איך פארשטיי נישט, זיין חבר וואס איז יונגער פון אים האט געלערנט אין די זעלבע ישיבה און חתונה געהאט צוויי יאר צוריק, און ער ראנט שוין א גרויסע ביזנעס
חתונה האבן איז עפעס אן "אישור" צו גיין ארבעטן,
חתונה האבן איז א אישור צו קענען דרייוון א קאר, אויב למשל די ק"י ווילעדזש וואלט געגעבן לייסענס, וואלטן זיי נישט געפרעגט ווי אלט דו ביסט, נאר זיי וואלטן געפרעגט אויב דו ביסט שוין חתונה געהאט, טאמער ביסטו א ר' יואל ראטה'ס א חסיד קענסטו שוין מאכן לייסענס ביי די 14
נישט קיין חילוק ווי אלט דו ביסט, ביסטו חתונה געהאט קענסטו זיין אפילו 18 יאר און גיין ארבעטן, ביסטו א בחור קענסטו זיין 25 אבער אין ישיבה זאלסטו בלייבן.

לאמיר א מינוט אריינגיין אין די מח פון די אבי הבת, ער קען גוט זיין תכשיט'ל, ער ווייסט אז זי איז נישט אינטערעסירט אין קיין לערנער,
נא, נעם א בחור וואס ארבעט? אאך וואס הייסט איך זאל נעמען א ווירקינג בוי? ביסט משוגע?
ער דארף א בחור וואס זיצט און לערנט 18 שעה א טאג, און נאך די חתונה זאל ער גיין ארבעטן
ער זאל אויפהערן לערנען לשמה, דוקא פאר זיין מיידל, זי איז זיך עס ווערט, אזא חשובה מיידל ווי זיין טאכטער? די בעסטע בחור פון ישיבה!

די סעלושען: די עצה וואלט געווען פשוט.
אזוי ווי ווען מען ענדיגט ישיבה קטנה גייט מען אריין אין ישיבה גדולה, אזוי זאל זיין אז ווען מען ענדיגט ישיבה גדולה, נאך דריי יאר גייט מען ארויס פון ישיבה גדולה און מען גייט דארט ווי מען וואלט ווען געגאנגען נאך די חתונה. ביסטו א לערנער גיי אין כולל, ביסטו א ארבעטער גיי ארבעטן,
די מעלות וואס די מהלך האט איז אזוי, קודם כל די בחור פילט נישט ווי ער איז סטאק (גיין אין ארץ ישראל איז אויך נישט קיין מהלך, פאר ווער עס ווייסט)
צווייטנס אויב וואלט געווען א נארמאלע זאך צו גיין ארבעטן, קען א מענטש צופאסן די ריכטיגע בחור צו זיין טאכטער
וויפיל תמימות'דיגע פרויען זענען שוין געקומען צום בי"ד בעטן א גט וויבאלט זייער מאן איז געווארן אפגעפארן, וואס איז געשען? א האלבע יאר נאך די חתונה איז ער ארויס פון כולל און געגאנגען ארבעטן,
"איך וויל פירן א תורה'דיגע שטוב" וויינט זי מיט ביטערליכע טרערן,
ס"ה: ווער ליידט פון די סיסטעם?
דער וואס איז אין די סיסטעם ליידט פון דעם וואס זיין בחור האט נישט וואס צו טון מיטן טאג.
דער וואס איז אינדרויסן פון די סיסטעם ליידט וויבאלד די אויסוואל פון בחורים וואס ארבעטן איז (אויף דערווייל) קליין,

אויב האט איר א בעסערע סעלושען לאז וויסן.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר