מסירות נפש - אנקעטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

מסירות נפש - אנקעטע

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אין א שמועס מיט א פאר חשוב'ע ניקים איז ארויפגעקומען א שאלה וואס איך וויל פארלייגן פאר'ן עולם, ס'גייט אזוי:

אויב א גוי קומט צו דיר מיט א צלם אין איין האנט און א שווערד אין די צווייטע האנט און ער זאגט דיר אדער בוקסטו זיך צום צלם אדער האק איך דיר אפ די הענט און פיס, באופן וואס ס'איז אסור זיך צו בוקן צום צלם, און באופן וואס על פי תורה דארף מען זיך מוסר נפש זיין, וואס וואלסטו געטוהן? און איך גיב פיר אפציעס.

א) איך וואלט מיך געלאזט אפהאקן די הענט און פיס.

ב) איך וואלט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון אבער אוודאי טעארעטיש גערעדט וואלט איך מיך געדארפט מוסר נפש זיין און הלוואי וואלט איך מיך געקענט מתגבר זיין און איך וואלט מיין גאנץ לעבן זיך געגעסן דאס געזונט און תשובה געטוהן דערויף.

ג) איך וואלט מיך געבוקט צום צלם אן טראכטן קיין צוויי.

ד) עפעס אנדערש.

די שאלה איז נאר פאר מאמינים חרדים פארשטייט זיך, אויב ביזטו ליידער נישט קיין מאמין דאן קענסטו ענטפערן וואס דו וואלסט געטוהן ווען אזא מעשה געשעהט ווען דו ביזט נאך געוועהן א מאמין, אדער קענסטו ענטפערן וואס דיינע עלטערן/געשוויסטער וואלטן געטוהן.

מיין ענטפער: איך אלץ חרדי וואלט נישט בייגעשטאנען דעם נסיון און זיך געבוקט און דערנאך געגאנגען זוכן גריבלען אין ספרים טרעפן א לופהאול פארוואס בעצם איז עס יא אויסגעהאלטן לויט די תורה... (רוב חרדים וואס איך קען וואלטן אויסגעוועלט א ווערסיע פונעם צווייטן אפציע.)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט