דארפן מיר ערווארטן נישט-אידן צי וויסן פון די האלאקאוסט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1261 מאל

דארפן מיר ערווארטן נישט-אידן צי וויסן פון די האלאקאוסט?

שליחה דורך טמיר »

געזען לעצטנס אין איינע פון די יודישע נייעס קוועלער א שטודיע דורכגעפירט אויף אמעריקאנע. איך געדענק נישט פונקטליך די נומערן, אבער בערך ווי ס'שטעלט זיך ארויס ווייסן רוב נישט פונקטלעך די פרטים, ספעציעל די צאל יודן וואס זענען ערמארדעדט געווארן (רוב שאצן אונטער, א חלק שאצן איבער), אבער כמעט אלע ווייסן בערך דערפון. און דא ליגט כאילו א טענה אויף די אומוויסענדע גוים וואס ווייסן נישט די ריכטיגע פאקטן איבער אונזערע שוידערליכע דורכגאנג.

דאס איז געווען אין איינע פון די יודישע-שפראכיגע נייעס קוועלער. און איך טראכט צי מיר, וויפיל חסידישע יודן ווייסן בכלל פון די שרעקליכע מאסן מארד פון Cambodian genocide? איך ראט אייך נישט צי ליינען וועגן דעם נאר אויב האט איר א שטארקע הארץ. עס איז טאקע געווען "נאר" אונטער 2 מיליאן מענטשן אנטקעגן די 6-7 מיליאן אין די שואה, אבער א פארגלייך איז עס נאך. און אין א געוויסע זין זענען יענע רציחות געווען מער סאדיסטיש. מען האט געניצט העק און נעגלעך צי הרג'ענען מענטשן כדי צי שפארן קוילן, און נאך זאכן וואס איז שווער צי ליינען און אודאי שרייבן. אין אלגעמיין זענען די נאצישע רציחות געווען מער סיסטעמאטיש און אהן אזא עינוי. איך מיין נישט קיין טראפ צי קלענער מאכן די נאצישע רציחות, איך וויל נאר ארויסברענגען א פוינט בנוגע די אנדערע דערמאנטע רציחות. און דאס איז פארגעקומען בלויז 40 יאר צוריק.

דאס איז נאר איין דוגמא. ס'איז דא נאך צענדליגע, אדער מסתם הונדערטע במשך הדורות, ענליכע מאסן רציחות ביי נישט-יודן (צ.ב. Idy Amin ימ"ש). און יעט האבן מיר נישט די מינדעסטע אונונג וועגן קיין איינס פון די (ביז די טריפענע שטערן באשרייבט עס). און דא פארלאנגט מען פון יעדע מענטש צי וויסן די פונקטליכע נומערן פון אונזער שואה.

איך ווייס נישט צי דאס קומט פון selfishness, איראגענץ אדער סתם אומוויסענהייט.

נאכאמאל, אודאי די שואה איז געווען די ערגסטע און גרעסטע, אבער די פוינט איז מיין איך נאך אלץ וועליד.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר