כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צקון לחש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 575
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1267 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

כלל ישראל ווס. ט.מ. ניימאנן - והמסתעף

שליחה דורך צקון לחש »

viewtopic.php?f=3&t=16172&view=unread#p524653

טובי' מאיר ניימאנן מיינט גוט,
ווען דו רעדסט צו אים קענסטו נישט בלייבן גלייכגילטיג,
און ער איז טאקע גרייט צו ליידן דאס האס פונעם היימישע אידנטום (וואס אפילו אייוועלט לאזט דורך!),
ממש מסירות נפש,
פאר צובראכענע נשמות, אלמנות און יתומים,
דאס הארץ צוגייט... אבער!
די ציבור שרייט עד כאן, און מיט רעכט.

נישט יעדע פראבלעם האט א סעלושען,
נישט יעדע אלמנה קען מען העלפן,
ליידער!
און עס איז נישט קיין סתירה,
איך מעג רחמנות האבן אויף די אלמנה, און בו בעת קלאגן טובי' מאיר אין געריכט, פארוואס? ווייל ס'איז דא א וועג וויאזוי זאכן ארבעטן,
און מען קען נישט, און מען טאר נישט זיך קריגן מיט די נארמאלע מציאות!

איך מיין אז דאס איז דברים פשוטים, כאטש נישט גרינג צו פארדייען; וואס קען מען טוהן, ס'איז אן אכזריות'דיגע וועלט.

און אין אמת'ן איז דער טמ"נ קרייסיס א דוגמא צו די דעספרעט צוגאנג וואס אונז זענען ליידער צו שטארק געוואוינט דערצו, למשל, דאס הארץ גייט אויס פאר דעם טאטע וואס זיין לעצט ביסל חיות איז פון זיין תורה'דיגע מעמד בתוככי הקהילה, און דעריבער וועלן מיר, אלץ רחמנות אויס, שטיצן די שידוך וואס ער טוט ארויפצווינגען אויף זיין קינד; מיר וועלן איינשפארן בחורים אין ישיבות אלץ רחמנות אויף זייערע עלטערן, און די ליסט איז לאנג און גרויס, כללו של דבר, אומבאלאנסירטע רחמנות האט נישט קיין מקום אין א ציוויליזירטע מציאות, ס'איז זייער פיינפול, אבער מען דארף זיך לערנען צו לעבן געזונט, מיט באלאנסירטע געפיהלן, אינקלודינג פיינע ריינע רחמנות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צקון לחש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר