רילעשאנשיפ מיט חברים - געזונט און נישט געזונט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1381 מאל

רילעשאנשיפ מיט חברים - געזונט און נישט געזונט

שליחה דורך לייביששרייבער »

איך מוז נעמען א ברעיק פון רעגיולאר Brake of regular פאר א קליינער אשכול דאדורך וואס איך טרעף זיך אין א סיטואציע איצטערט. איך וואלט געוואלט הערן דעם דעת הקהל בנושא פון דעם קעפל.

איך האב גאר א נאנטער ידיד (איך האף אז ער גייט ליינען דעם אשכול און רעאגירן), ער איז באמת א ידיד נפש כל חי. לאמיר אים רופן משה פאר די סעיק (for the sake) פונעם ארטיקל. משה'ס גאנצער וועזן איז ממש נאר צו העלפן א חבר בעת ושלא בעת צר. סיי וואספארא טובה מען דארף פון משה'ן קען מען זיך צו עים ווענדען ווען אימער און וואס אימער.

בדרך אגב עס איז דא אזאנע סארט מענטשען וואס פאר די חבירים וועלן זיי זיך ממש לאזן הארגענען, אבער די אייגענע שטוב פאר די אייגענע ווייב און קינדער וועלן זיי לאזן גיין אינדער-ערד אריין. אבער דוקא אונזער משה איז גאר א געטרייער מאן פאר זיין ווייב, און ווי אויך גאר א גוטער טאטע פאר זיינע קינדער.

חברים, הצלה, קאמיונעטי עקטעוויסט, דינט אלץ א טראסטי, און באורד מעמבער אין די לאקאלע ווילעדזש לטובת הכלל והפרט. (איך וויל נישט אריין גיין אין צופיל פרטים למען אינאמיע)

אויך איז משה באוויסט צו זיין קאנעקטעד צו א געוואלד מיט ביזנעסער. משה טוהט שדכ'ענען יענקל מיט זרח ווי ביידע קענען נהנה זיין איינער פונעם צווייטן און פארדינען אפאר גראשען דורך זיין שדכנות. די אלע זאכן טוהט משה מיט א געוואלדיגע איבערגעגבנקייט בלי תשלום גמול. און אינטערסאנט איז, ווען משה שדכנט אן אזא געשעפטל שטייט ער ממש אויפן קאפ פון ביידע צדדים אז זיי זאלן זיך ריקן פאראויס מיטן דיעל כאילו זיין קאמישען ווארט אויף די קלאוזינג פון די געשעפט וואס ער האט אנגעשדכנט. און איך וויל נאכאמאל ארויס ברענגען די נקודה אז משה אליינס פארדינט נישט קיין פיאסטער פונעם גאנצען געשעפט.

נאך א נקודה וואס איז וויכטיג פארן שמועס. אונזער משה איז דוקא א שיינער בעל-בתישער בעל פרנסה, ער ארבעט שווער פאר זיין דאלער און ער פארדינט פארהאלטנמעסיג שיין.

"ויהי", ווי רש"י הק' ערווענט שוין אז "ויהי" איז א לשון צער, עס מאכט זיך א מעשה אן א דיטעילס, א יעדער איינער ווייסט וואס עס האט פאסירט הארט בעפאר יו"ט אז איבער 100 אינגעלייט האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס אין א שלעכטע געשעפט. (נישט דאס איז די נושא סא גיי איך אין דעם נישט אריין, צו במזיד אדער בשוגג, יא געוואלט גנב'נען פשוטו כמשמעו, אדער פרובירט צו ראטעווען א קאמפאני, נישט נוגע דא צו אונז) און אונזער באקאנטער וואוילער עסקן משה איז ל"ע אויך אריינגעפאלן און פארלוירן א ריזיגער סכום. משה האט צוזאם געשלעפט דעם סכום פון אסאך אינגעלייט וואס קענען אים שוין יארן אלץ אן איש ישר און האבן אים ענ-טראסט מיט זייער געלט (רוב דערפון נישט קיין כשר געלט) והכסף איננו כי לקח אותו וכו'.

משה באקומט א רוף אין איין שיינעם טאג פון איינע פון זיינע אינוועסטירער און זאגט אים מיט א שמחה רבה. עס איז מיר אונטערגעקומען א מציאה, איך האב פיינעלי געטראפן א דירה נאה וואס איך גלייך מיט אלעס ארום. איך האב שוין נעגאשיעטעט מיטן סעלער, כולם יענו ויאמרו, מזל טוב לאמיר אריין אינעם קישור קאנטראקט, איך דארף א אראפלייגן א דאון פעימענט פון צוויי הונדרעט טויזענט דולער אין 10 טאג ארום. ע"כ בעט איך דיר זייער משה, די קומענדיגע חודש ברענג מיר ביטע צוריק מיין געלט וואס איך האב איינגעשטעקט. ב"ה זייער שיין פארדינט, איך קען דיך נישט גענוג אפדאנקען פאר מיר ערמעגליכן צו זיך איינהאנדלען אזא דירה נאה, ווען נישט דיר וואלט איך נישט געהאט דאס געלט צו אפי' קענען טראכטן פון קויפן, אבער אדאנק וואס איך האב פאר 15 חדשים צוריק אריינגעשטעלט דאס געלט ביי דיר, האב איך ממש פארדינט די 60% אויפן געלט און ב"ה מען קען גיין אין קאנטראקט בשטו"מ אין א מזלדיגע שעה אן קיין עקסטערע שוועריגקייטן.

זיכער, ענטפערט משה מיט פאטאס. די חודש ענדיגט זיך אין ווייניגער ווי 10 טאג וואס די דיוועדענס ווערט צוטיילט. ביי די 12'טע טאג וועט דאס געלט זיין אי"ה ביי דיר. קאנגרעטולאציע צו דעם קנין. מזל וברכה. בשטו"מ. ביי די וועי, פאר משה לייגט אראפ, זאגט ער פארן אינוועסטירער "איך עקספעקט א שיינע פרעזענט... נע, איך מאך א דזשאוק, איך בין אזוי העפי אז איך האב געהאט די געלעגענהייט דיך ארונטער צו שטעלן אונטער דיין אייגענער דאך. גוד נייט וויל טאלק".

משה, בטבע אלעס וואס ער טוהט, טוהט ער מיט אן או. סי. די. אופן. משה שיקט גלייך נאכן אויפהענגען די טעלעפאן אן אימעיל צום צענטראלן אפיס ווי מען אינוועסטירט דאס געלט, אז דער און דער ציהט זיך ארויס פון געשעפט, ער גייט אי"ה אריין אין א קאנטראקט און ער דארף האבן דאס געלט פארן דאון פעימענט. זייט וויסען אז לויט מיין חשבון קומט עים עקזעקטלי $203,563.23 ביטע שיקט דעם ווייער צו זרח מעשגעוויץ Account # 12345678 123 Main Street Spring Valley NY 10977 Routing # 021000021 און אימעיל סענט נאך באותו מעמד ומקום, נאך יענע פארנאכטס.

משה ליידט דאך פון או. סי. די. עס גייט אדורך דריי מינוט און ער באקומט נישט קיין ענטפער. פאר העבן'ס סעיק עס איז נאך ביזנעס שעה'ן, פאר משה איז דאס נישט קיין תירוץ, ווען משה וויל עפעס לטובת א צווייטן, ניטאמאל פאר זיך, וועט זיך די זוהן און די לבנה אפשטעלן, נישט קיין חילוק וואס עס טוהט זיך. צו וועם ער דארף אנקומען פארן צווייטן וועט ער עס טוהן אפי' ער זאל שטיין אונטער די חופה פון אן אייגען קינד. (לגוז' לסבר את האוזן)

משה פארשטייט אויך עס איז עפטער ביזנעס שעות, בארואיגט ער זיך אליין זיין געוויסען. אוקיי עס מאכט סענס, טראכט ער אזוי צו זיך. משה קלינגט צוריק זרח אפי' זרח עקספעקט דאך נישט יעצט קיין קאל פון משה'ן אבער משה געוועלטיגט אויפן טעלעפאן און אויף די אלע וואס ער העלפט ארויס. העלא זרח, איי עם סאו העפי פאר יו מיט די נייע דירה יו העוו נאו איידיע. עניוועי איז ער ממשיך און לאזט נישט ברוך אפי' ענטפערן, איך האב געשוקט די אימעיל פון די ריקוועסט ער האט גראדע נאך נישט געענטפערט, איך האב עים אויך געקאלט אפאר מינוט נאך דעם, ער האט גראדע נישט אויפגעהויבן. אבער זייט וויסן איי עם אן טאפ אף איט.

משה, ענטפערט צוריק זרח. אר יו אוט אף יור מיינד? עס איז דאך יעצט פארנאכטס, איך האב צייט פאר מארגן אינדערפרי, ווי וויל דיעל וויט איט אין דע מארנינג. זרח, ענטפערט צוריק משה מיט א מין בעל אחריותדיגער שטימע אנגעפילט מיט אוטאריטעט, דו ווייסט דאך וויאזוי איך בין, אלעס מוז געשעהן אויפן פלאץ, אז נישט שלעפט זיך עס, און דאן ווערט עס קיינמאל נישט ארלעדיגט, וואס איז דיינס איז דיינס, יו קנאו וואט איי מין, יעס?

שור שור, ענטפערט זרח, טאקע א פלעדזשער צו דיעלן מיט דיר, טאקע פאר אט די פאקט. אבער דו פארשטייסט דאך אליינס אז די סארט אינוועסטמענט ווערט נישט געפירט פון די וועסטעל טאש, עס האט אן אפיס מיט אן סי. עף. או. וואס עקספעקסטו, זיי זאלן זיצן 24 א שעה א טאג פאר דיר? רילעקס. יעה, יו אר רייט זרח, א גוטע נאכט, וויל בי אין טאטש טאמארראו. טו מעיק א לאנג סטארי שארט, טאמאורא איז שוין געקומען אין געגאנגען מן הסתם איבער 60-80 מאל זינט די מעשה. איך דארף אייך נישט זאגען וואס ווייטער. (צו זרח האט זיך אן עצה געגעבן צו נישט ווייס איך נישט) אבער דא הייבט זיך אן די ריעל קוועשטאן. ביז אהער איז נאר די הקדמה.

ריוויינד 6-7 יאר. אנכי הק' האט זיך באקענט דורך א חבר מיינער וואס הייסט אברמי מיט אט דעם משה. אברמי האט מיך קאנעקטעד מיט אונזער משה פאר א טובה/קאנעקשאן וואס איך האב געדארפט פאר מיינע געשעפטן. רעדענדיג מיט מיין יוגענט פריינד אברמי, זאג איך, אברמי וואלסטו אפשר געוואוסט ווער עס קען מיך קענעקטן מיט א הייסע ריפערל צו יענקי, איך וויל צו אים אנקומען, איך וויל עים סופלייען מיט די און די זאך, איך ווייס אז ער באצאלט מיט 12% מער וויפיל איך קען עס דעליווערן. דו ווייסט דאך יענקי לאזט צו זיך נישט אזוי גרינג צוקומען, איך קען אויף דעם שיין פארדינען טאמער איך ווער זיין סופלייער. אברמי ריספאנד אן טראכטן א סקונדע, אויב איז דא איינער וואס קען עס דיר ארלעדיגן איז עס משה, ער וועט דעליווערן יענקי אויף א גאלדענעם טאץ.

מיין חבר אברמי קען זיך שוין מיט משה א לענגערע צייט. וויסן זאלסטו, משה איז א נשמה פון גאלד, ער האט ליב צו העלפן וועם און ווי ער קען אפי' דו האסט מיט עים גארנישט. נאר ווייל דו האסט א טיפה מזרע ישראל איז עס שוין גענוג סיבה אז דער משה זאל גיין פאר דיר אין פייער. כתוב וחתום בטבעת המלך, איך בין מחליט צו לייגן מיין בושה אין די זייט און גיין כאפן א שמועס מיט משה. אברמי טוהט מיר די חסד ער קאנעקט מיך מיט משה'ן, און היידא די קאנעקשאן גייט ארויף אויף די רעלסען. משה האט מיר טאקע ארלעדיגט די קאנעקשאן סוקסעפולי. נאך אפאר וואכן האראוואניע.

איך האב נישט פארשטאנען (איך פארשטיי נאך אלץ נישט) פארוואס זאל א מענטש זיך אזוי מוסר נפש זיין פאר א חבר'ס חבר. אבער מתוך הכרח האב איך נישט געפרעגט. דורכאויס די צייט וואס מיר האבן ממילא געדארפט רעדן מיט משה'ן וועגן דעם דיעל און די לאדזשיסטיקס (איך פארשטיי נאך נישט עד היום פארוואס יענקי האט נישט גענומען די לייצעס אין די האנט אליינס), דאן האב איך געהאט אן הרגשה קען זיין א דאורייתא, אז משה איז מער ווי סתם א קאנעקטער, עס גייט מיר קאסטן אן אפותיקי און דערפאר לאזט ער נישט ארויס די לייצעס פון די געשפרעך, כדי ער זאל נישט ווערן אויסגעשפילט. אבער עס וואלט מיר מער געלוינט. איך האב עס נישט געטשעלעדזשט.

הוברר הדבר למפרע אז ער האט געארבעט פאר מיר א מענטש וואס ער הייבט נישט אן צו קענען. בחנם אן קיין שום מתנת יד, אפי' א קלייניגקייט האט ער נישט געוואלט פון מיר נעמען. "מיין באצאלונג וועט זיין ווען דו וועסט פארדינען פון דעם געשעפט ווי עס באדארף צו זיין". וואו, משה, האב איך מיט פאטאס געזאגט, איך האב נישט געקלערט אין מיין ווילדסטן חלום אז אין יארע 2017 זאל זיך טרעפן א אינגערמאן וואס זאל זיך אזוי אוועקגעבן פאר א צווייטע איד, ממש צום באוואונדערן. זענען מיר געווען אויפן טעלעפאן קאנסטענטלי ממש 5-6 שעה אין טאטאל א יעדן טאג, פון הויית הבלי הבלים, סתם מיך אויפגעהאלטן על לא דבר. אבער איך דארף דאך איצטערט צוקומען צו זיינע טובות, און אזא ביזי מענטש אז ער גיט זיך אפ מיט מיר מן הסתם איז עס וויכטיג פאר די פראסעס פון די קאנעקשאן און עס צו מאכן געשעהן. ליטערעלי די פאר וואכען האט ער מיך געקלינגען אין אלע מינע שעות פונעם טאג, 7 אינדערפרי און 11'ע ביינאכט, און אזוי גייט עס שוין אן זינט דאן. ווען ער האט נישט געהאט וואס צו טוהן האט ער מיך געקאלט מטכס עצה צו זיין אין זיינע געשפעטן, און סתם משוגע מאכן מיט קשיות אין געוויסע זאכן וואס איך בין באקאנט אין.

דאן האט זיך עס אנגעהויבן צו ריקן פאראויס צו טוהן טובות פאר אלע וואס ווענדן זיך צו עים.

דורכאויס אונזערע שמועסן איז פאר סיי וואספארא סיבה (עס האט בכלל נישט געדארפט קיין סיבה) אויסגעקומען צו שמועסן וועגן מערטשענט פראסעסינג קאמפאניס ווער עס איז גוט, ווער עס איז בעסער, פון פידעליטי, אמערי טשויס, הייטעק, סטרייפ, סקווער וכו', ווער לייגט שנעלער אריין דאס געלט, ווער לאזט סווייפן גרעסערע לימיטס, די פראסעס פון ווערן עפראווד. דאן איז מען אריבער ווי אזוי בענק אפערעיטן, ווען מען גיט ארויס א טשעק, ווי לאנג מען קען עס קאווערן, אלע שמועסן האבן זיך ארום געדרייט די סיסטעמס פון עלעקטראנישע געלט טראנזאקציעס.

מסיח לפי תומו, האב איך בטעות געמענטשענט אז מיין ק"ק טערמינעל קען איך ב"ה טשארדזשען איבער א מאה אלף א טאג און באקומען דאס געלט די נעקסטע צופרי. איך געדענק נישט וואס אין וואסערע קאנטעקסט איך האב פראוויידעט די פיס אויף אינפארמעישאן, אבער נא נא.. א קורצע תקופה דעראויף האב איך געהויבן באקומען ריקוועסטס צו טוהן א טובה פאר דעם און פאר יענעם וואס ער העלפט אים דרייען געלט אין זיין ביזנעס ער זאל קענען אנגיין (למשל ער דארף באצאלן די מערטשענדייס אבער נאך נישט פארקויפט, האט ער דאך נישט דאס געלט איינצוקויפן, וויל ער סווייפן ביי מיר דאס קארטל איך זאל עים שיקן דאס געלט מארגן. איי סווייפ עס ביים סופלייער? די סופלייער נעמט נישט קיין ק"ק אויף האלסעיל, אדער ער באקומט עס מיט 15% ביליגער ווען ער באצאלט מזומן, ממילא לוינט עים מיר צו צאלן די מערטשענט פי פון בערך 3% און עס איז עם נאך אלץ ביליגער און האט נאך צייט צו באצאלן זיין קארטעל נאך דעם וואס ער האט שוין פארקויפט די סחורה) עס איז דאך א זה נהנה וזה לא חסר וכו'.

אזוי א יעדע מינוט א נייע געשעפט, מיט א טובה פאר דעם און פאר יענעם, איך קען זיי טראסטן, ער איז אחריות, אויכעט באווארן זיך מיט אן אוטוראזעישאן פורם און א ריליעס פורם (פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס איז זאל עס ביטע נאכקוקן, צו לאנג צו מסביר זיין) אזוי משוגע געמאכט אז איך האב געמיינט אז נאך וואס איז שוין געטשארזשד געווארן בין איך פטור פארן טאג. א נעכטיגן טאג.. א נייער געדאנק, נאך א שאלה. די נעקסטע צופרי 6 אזייגער איז שוין דא אן או. סי. די. מעסעדזש ווען איך ווייער אריבער דאס געלט צו עים..

אזוי בין איך געווארן פארוויקעלט מיט זיינע טובות פאר אנדערע א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, אן האבן א רגע צו אטעמען און אינדזשויען מיין טאג אן אים אריינקאלן אדער אריין פאפן צו מיר אין אפיס. פארשטייט זיך אז א יעדעס מאל עקסטער האט ער געדארפט זיכער מאכן אז איך געדענק אז ער האט מיר געהאלפן מיט א קאנעקשאן וואס ב"ה האלט נאך אן עד היום הזה און מיר מאכן גאנץ פיינע זאכן, אין א יעדע קאנווערסעישאן עקסטער האב איך געדארפט הערן אז איך נעם נישט גארנישט דעפאר איך טוה עס נאר אלץ א טובה, און עס איז מיין פרעשור א יעדעס מאל (שוין 6-7 יאר) וואס דער קאסטומער משה'ס קאנעקשאן ווארט פון מיר אויף עפעס באקומט משה אן אלערט אז א נייער ארדער איז באשטעלט געווארן, און ער האט שוין באצאלט און די סחורה איז נאך אלץ נישט דא (געווענליכע בילס קענען באטרעפן פון 20 - 50 אלפים) און ממש משה שלאפט נישט ביינאכט ווייל איך ארבעט מיט זיין קאנעקשאן, און נאכאמאל, זאלסט וויסען איך האב גארנישט באקומען נישט פון עים און נישט פון דיר. פארוואס בין איך אזוי משוגע איך העלף די גאנצע שטאט? ממש נאר ווייל העלפן א צווייטע איד סאיז א מורא'דיגער חסד.

פאר איך גיי ווייטער מיט די תגובה וויל איך אייך ליינער בארואיגן איך האב נישט פארלוירן ביי אים קיין געלט, נישט ביי אינוועסטמענט און נישט ביי די טובות. איך האב קיינמאל נישט אינוועסטעד. און ווען איך האב געטוהן די טובה מיט קארטלעך וכו' האט ער מיר צוגעשטעלט די גאנצע סעקיורעטי מיט א דייטשע או. סי. די. פונקטליכקייט.

לייביש קענסט פליז יעצט טשארדזשען? משה איך בין אויף די אנדערע ליין, איך וועל דיך שארטלי צוריק קאלן. עס איז נאך נישט דורך 5 מינוט, נא לייביש ביזט נאך אלץ אויף די ליין? יא משה, איך וועל דיך צוריק קאלן ווען איך לייג אראפ. המממממ, אוקיי איך האב דען א ברירה, אבער קאלל מיך צוריק, פארגעס נישט אזוי ווי אייביג וואס דו קאלסט מיך קיינמאל נישט צוריק..

נאך 15 מינוט און דריי מאל קאלן הייב איך אויף. זעהסט לייביש, איך האב געוויסט אז דו גייסט מיך נישט צוריקקאלן. פארוואס ווען דו דארפסט א טובה פון מיר, ביז א מינוט איז עס א יא יא אדער א ניין ניין, איך שלעפ קיינמאל קיינעם נישט ארום, פארוואס ווען איך דארף עפעס פון איינעם שלעפט מען מיך ארום. אהההה, איך ארבעט פאר א ליווינג, איך האב געהאלטן אינמיטן עפעס טוהן וואס האט געדארפט ערדזשענטלי מיין אטענטשען. פיין דאס מאל, אבער קיינמאל וכו'... ביי די וועי, דו מאכסט היינט הונדערטער טויזענטער דאללארן פון די שווערע ארבעט וואס האב אריינגעלייגט מיט יענקל, איך האב גענומען אחריות, ער האט דיך נישט געוואלט טראסטן, ער האט געהערט אויף דיר דו ביסט נישט פונקטליך מיט געלט. איי וואוטשט פאר יו. איך האב עים געזאגט אז טאמער וועסטו אמאל האבן א פראבלעם מיט לייביש וועל איך קער נעמען דערפון. איך האב פארדעם נאך גארנישט באקומען. איך ארבעט ווי א פערד פאר יעדענס טובות און איך פארדין גארנישט דערפון נאר עגמת נפש. מיין ווייב פרעגט מיך אייביג און לייגט אויף מיר פרעשור פארוואס איך טוה עס פאר דיר, וואס האב איך פון דעם. איך ענטפער איר אייביג לייביש איז א נייס גיי הי וואלד דא איט פאר מי עני טיים. און מיין ווייב פרעגט מיך, אזוי? וואס האט שוין לייביש דיר געגעבן פון די מיליאנס וואס ער מאכט פון דיין אחריות..

אזוי סקרוט ער מיך און מאכט מיך משוגע מידי יום ביומו שוין פאר זעקס יאר.

עט וואן פוינט גיב איך א זאג פאר משה'ן. משה קענסטו מיר ביטע זאגן ווי אזוי איך קען דיר באצאלן פאר דעים וואנס און פאר אלל ענד שאט די פ אפ? נעה, ביזט משוגע? דאס איז א חסד איך האב ליב צו העלפן. איך פארשטיי משה, אבער דו האסט אויך ליב אז איך זאל הערן אז איך לייביש איז א סאקער 100 מאל א טאג. סאו זאג מיר א פרייז וויפיל די טובה קען זיין פאר א דזשאב וואס דו האסט באקומען בראוקערעדזש און לאמיך שוין אפ מיט דעם.

אהין און צוריק, אהין און צוריק, געט א קום ארויס אזא ריקוועסט: מיין קאר ליעס לויפט יעצט אפ איך דארף א נייע קאר. און דו זעהסט די גרויסען טראק (א פיקאפ טראק, סעקאנדערי קאר) וואס איך דרייוו, דאס האב איך באקומען פון איינעם, נישט קיין ליעס נאר א פיינענס און נאך דעם איז עס מיינס. און ער האט פון מיין טובה אסאך ווייניגער פארדינט פון דיר. אהא סא דו בעטסט פון מיר א נייע קאר, וואס עס מיינט אז דו דרייווסט יעצט א דינעלי זאל איך דיר באצאלן א דינעלי $1,500.00 א חודש? ניין, גראדע נישט קיין דינעלי, עס איז יעצט זייער טייער, כמעט $1,800.00. אבער די BMW C7 איז יעצט דא זייער א גוטע דיעל, ווייניגער ווי $1,300.00 פער חודש.

רבותי, די תגובה איז שוין זייער לאנג און איך קום נאך נישט צוריק צו די אנהייב. אבער עס איז יעצט 4:40AM (נישט געמערקט) איך דארף כאפן א שטיקעל דרימל און אנזאמלען כוחות פאר די מארגענדיגע/היינטיגע טאג. איך וועל באלד צוריקקומען און ענדיגען איין אט די תגובה. אבער איך מיין מער ווייניגער ווייסט עטץ שוין ווי דאס גייט גיין.

המשך:
5:45PM 5/17/23

איך וויל נישט אריינגיין אין די קאר אישו, דאס איז נישט בכלל די נושא, אמור מעט ועשה הרבה, און אמור הרבה ועשה מעט איז אייביג געווען אזאנע און אזאנע, איך ווער בכלל נישט דערשראקן אז ער בעהט. איך ענטפער עס איז יותר מכפי יכולתי און איך פיהל בכלל נישט גילטי און עס גייט מיך בכלל נישט אן.

אבער וואו איך האב אריינגטרויטן אין א פרישער מאראסטישער סאמוטאכע, איז אזוי.
11:59 איך זעץ זיך ענדליך ארויף אויף די קיבאורד כדי צו קענען אריין גיין כאפן א קאווע. דזזזזזזזזזז די פאון דריזעלד, א נייער רויטע אנ-רעד Unread מעסעדזש און עס פאפט דארט ארויף א באר אויבן וואס ציהט מיין נייגער און כעס אינאיינעם.

משה שיקט אן ערדזשענט מעסעדזש וואס עס ליינט זיך אזוי: פליז קאל מי עס סאן יו העב עי טשענס איטץ א ביט ערדזשענט. Please call me as soon you have a chance its a bit urgent. נא נאך שיין אז די פראגראמירער פון וואטסעפ האבן פארשטאנען אז עס זענען דא צוויי סארט מענטשען, איינס איז דער וואס ער פייפט זיך אריין, איך פארשטיי דו ווילסט דיך פארבונדען מיט מיר, אבער נאר אויף מיינע טורמס Terms און עס גייט מיך נישט אן וואס דו טראכסט. און א צווייטער סארט מענטש קען נישט פעיסן די מציאות אז ער לעבט פאר זיך און פאר זיין משפחה, נאר פאר א יעדער וואס וויל עפעס פון עים ווערט זיין בע"ח אוטאמאטיש, און ממילא היייבט מען נישט אויף קיין טעלעפאנען ווייל ניין איך נישט זאגן. אוואוידענס און פעסיוו, און אזוי האבן מיר טאקע געטוהן מיטן פונקט נישט אויפהייבן און מיטן אים נישט לאזן ליינען די בלויע טשעקס אז ער זאל נישט וויסן איך האב גיזעהן און איך האלט נישט יעצט ביים ענטפערן. די רעכט איז געגעבן געווארן פאר א יעדע איינצעלענע מענטש מאז היתה מענטש למענטש.

שוין, האב איך דאך אנגעשטעלט אז די צוויי קליינע טשעקס וואס זענען מודיע דעם שיקער אז זיינע מעזעדזשעס זענען פשוטו כמשמעו דעליבעראלי Deliberately געווארן איגנארירט האב איך אויסגעלאשען, און לאמיר זיך אלע איינרעדן אז ער מיינט אז איך האב עס נאך נישט געליינט, און איך מיין דאך אוואדאי אז ער מיינט אז איך מיין אז איך האב עים אויסגעפאפט.

איך עפן צוריק טעפטאק TapTalk היידא צום שרייב טישל, דער עולם ווארט @berlbalagulah און @דער גאלדענער אדלער, און נאך אנדערע, ווארטן שוין אויף די נייע פארזעצונג אן ריינע טעותים, אבער אז משה דריזעלט איז די ישוב הדעת טויט, און דאס שרייבען וואזוי עס קוקט אויס דאן ,רח"ל

דזזזזזזז נאך אפאר סקונדעס שפעטער. איי דאונט קנאו איף יו סי מיי מעסעדזשעס סינס יור בלו סעטינגס פיטשער איז טורנד אףף I dont know if you see messages as your checks are not turning blue.

דזזזזזזזז מזל טוב, משה איז אויף די איי די סקרין פון די אריינקומענדע טרעפיק. גלייך פון טעפטאלק צום קליינעם רויטן טרייבל אראפ. אבער דא בין איך אריין אין מיין פעסיוו מאוד און ריספאנדעד מיט אן אוטאמעיטעד טעקסט ריספאנס, איי קענט טאלק נאו I can talk now
פליז, איטס ערדזשענט, גאו אוט אויף יאר בעדרום ענד טעיק מיי קאלל Please it's important leave your bedroom and take my call. דזזזזזזז שוין ווידער א קאל. (האלא איך מעג ליינען איך מעג האלטן אינדערמיט, וואס איז די טעראר)
אוקיי גיוו מי טו מינוטס איי וויל קאלל יו בעק OK, give me 2 minutes i'll call you back.

דזזזזז שוין צוויי מינוט, נא ווי ביסטו? פארוואס לאזטו מיך ווארטן. אר יו סליפינג אלרעדי Are you sleeping already?
ענדליך איך נעם שוין די גאר וויכטיגע קאל. זאג נאר, ווען איז דיין קאט אף טיים פאר סי סי פראסעסינג אז די געלט זאל נאך זיין אויף מארגן אינדעפרי אין מיין אקאונט?

שוין פארביי די שיעור פון ווארטן פון פליישיג צו מילכיג זינט דאן. א טוץ מיט קללות פון מיעסע ווערטער וואס וויל גאט פון מיר. איך האבן יעדען געהאלפן א יעדער קאקט אויף מיר קיינער וויל מיר נישט העלפן. עודך כי עניתני. איך דארף מארגן אין מיין אקאונט צופרי 35 טויזענט דוללר צו דעקן בלא בלא בלא, די בע"ח פון די פארלוירענע געלטער רייסן מיר אראפ די טיר. די אלע עסקנים אין דער ערד זאלן זיי גיין, קיינעם קען איך גארנישט באקומען, און אזוי גייט ער אן פאר 5-10 מינוט. וואס דארף זיין מיין ריספאנס יעצט? איך שיק 35 טויזענט רייניש איז די געלט מער נישטא ווייל איך מאך דאך מיליאנען און איך בין אים שוין שולדיג איבער 100 אלפים אין קאמישאנס פון וואס איך פארדין א יעדע מינוט פון זיין קאנעקשאן א קנאפע 200-300 טויזענט דולר, 35 טויזענט מעג ער מיך געבן, רעדט משה האלבוועגס אריין אין טרייבל האלבוועיגס צו זיך. אוקיי איך הער, איצטער איז אינמיטן נאכט, גארנישט קען נישט געטוהן ווערן יעצט ממילא לאמיר רעדן אינדעפרי, אוקיי משה? א גוטע נאכט. אוקיי גרעיט, טענק יו, זעה אז די ווייער זאל נישט זיין שפעט איך זאל דיך נישט דארפן נאכלויפן פאר די געלט א גאנצען פארמיטאג, זינגט משה אראפ זיין געווענליכער ווייער ניגון. און א דייעל טאון (סעלפאונס מאכן נישט דייל טאונס, איך וויל נאר ארויסברענגען די אבראפטנעס Abruptness) רימעמבער די אמאונט איז $34,562.31 צו די געווענליכער אקאונט. פארשטייט זיך כלתה עלי הרעה איך זעה ווי דאס גייט. איך דעסייד נישט צו ריספאנדען ווייל איך געדענק נישט ווי איך האב אין די גאנצע שמועס זיך אינטערגענומען צו שיקן דאס געלט אויף בארג אדער קאמישענס....

דזזזזזזז וויי דאונט יו ריספאנד Why don't you respond?

וויפיל נאך אזאנא עפיסאודס Episodes זאל איך שרייבן אז איר זאלט פארשטיין טייערע ליינער וואס אזא חברותאשאפט האט מיט מיר געמאכט במשך די 6 יאר וואס איך הייב אויף אויף משה כמעט א יעדע פאון קאל און וויפיל צייט פונעם טאג און נאכט מיט נערוויזיטעט מיך דערנעווירן נישט קענען ארבעטן נישט קענען שלאפן נישט קענען וואוינען ווי א מענטש ווייל משה איז דאס לעבן נמאס און יעצט ב"ה האט אים די רבש"ע געגעבן א סיבה וואס זאל פיולען זיין נעגעטיווער א.ג. הילף וואס ער טוהט פאר א יעדן איינעם שלא ע"מ לקבל פרס.

גלייבט מיר בשעת איך שרייב דערמאן איך זיך נאך אזאנע אינצידענטן וואס איז תסמר שערות אנוש.

אבער דא איז שוין געקומען א נייע מציאות וואס האט נאך נישט פאסירט עד הנה, ער האט זיך אריין געפארקט אין מיין ספרים שטוב ביז צוועלעווע, איינסע און געוויינט ווי א קינד בדמעות שליש אן גוזמאות אז נאר איך קען עים יעצט העלפן און ער גייט נישט אוועק ווי לאנג איך שרייב אים נישט קייט שעק פון א מיליאן דאללער צו קענען פטור ווערן פון די נישט לעגאלע געלטער וואס ער האט דארט אריינגעלייגט. עס האט מיר נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו נאר צו ווערן אגרעסיוו, אים אנכאפן און ארויסקומען פון מיין הויז מיט קולות וברקים. א זאך וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געטוהן אין מיין לעבן. איך האב געפילט אזוי מין גילטי אז איך האב קיין מנוחה פון דעם נישט געהאט, ממש איך בין צורידערט געווארן.

איך האב זיך שטארק איינגעהאלטן אים נישט צו רופן דורכאויס דעם טאג צו מפייס זיין וכו' אבער איך האב אנגעהויבן צו ריעלייזן וויפיל רואיגקייט די חברותא'שאפט האט פון מיר אוועקגענומען און וויפיל ישוב הדעת דאס האט מיך געקאסט, ממש א בריאה חדשה בא לכאן.

קען איינער שערן אן עקספיריענס פון א מין חברותאשאפט וואס האט געקאוזט אזויפיל פיזור הנפש און רואיגקייט אז ממש מיין אייגענע ד' אמות של רואיגקייט ווי ליינען אין שרייבן איז געווען מיט א געוויסע אומרואיגקייט אז א מינוט ארום גייט ער באמבארדירן (געווענליך בין איך געווען גערעכט)?

איך געדענק אמאל איז געווען אן ארטיקל אין די עמי מעגעזין פון אזא רילעשאנשיפ וואס מיין ווייב האט מיר דאס אנגעצייגט דאן. אויב איינער קען מיר צוצייכענען צו דעם.

תודה למפרע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 16 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר