"Food" ביים היימישן אידנטום

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דערהויבענע איד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 3814 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

"Food" ביים היימישן אידנטום

שליחה דורך דערהויבענע איד »

איך וויל ארויפברענגען א נושא וואס דארף ווערן באהאנדלט מיט רעספעקט, איך זיך נישט ארפצורייסן היימישע אידן, נאר עס אויסשמועס'ן בדרך כבוד.


איך בין אויפגעוואקסן אין א היימישע וויליאמסבורג'ע סטייל משפחה, און איך רעד בעיקר אויף אונגארישע סאטמערע סטייל חסידים.


די נושא פון עסן ביי היימישע אידן האט מיך אלעמעל אויסגעזעהן אז מ'מאכט א טראסק דערפון מער ווי אין דער אלגעמיינע וועלט. אלע פריזער'ס ביי היימישע אידן אינדערהיים זענען אנגעפילט, און א ריזיגע פראצענט זענען איבערוואגיג.

ווען א מאמע וויל ווייזן ליבשאפט פאר א בחור אדער חתונה געהאט'ע קינד, שיקט מען אים קאקאש קעיק. ווען מ'פארט אמאל מעבר לים, נעמט מען זיך מיט חוץ פון וואס מ'דארף אז ''אויפן וועג זאל נישט פעלן'''.

א יעדע יו''ט דרייט זיך ארום עסן - און אסאך עסן. בכלל זעט מיר אויס אז מענטשן ביינונז האבן נישט קיין געשמאק אין אסאך זאכן וואס א אלגעמיינע מענטש האט, צו ס'איז טרעוול, ידיעות, ספארט'ס, איז וואס מ'טוט איז אז מ'עסט.

ביינאכט קוקט מען נישט קיין טי. ווי., אנשטאט דעם נעמט מען ארויס קעיק פון פריזער.

נעם אזא קעמפ ווי סאטמער, ספארט'ס שפילט מען נישט געהעריג, גלייב איך אז מ'עסט דארטן מער ווי סתם א קעמפ. כ'ווייס אויך אז סאטמער איז סתם אזוי ברייט מיט עסן, כ'מיין אבער אז ס'האט אויך מיט דעם אז ס'איז נישטא אננדערש וואס צו טון.

מיך זעט אויס ווי

1)דער גאנצע עולם הזה וואס א היימישע איד האט איז עסן. כ'בין נייגעריג צו הערן וואס אנשי שלומינו האלטן וועגן דעם.

2) אסאך מענטשן זענען טראמעטייזט פון די מלחמה ווען ס'קומט צו עסן. וואס געשעט איז, אז מ'עסט זיך איבער, און מ'לייגט אוועק אסאך, צומאל צופיל עסן.



איך וויל בעטן אז מ'זאל רעדן בדרך כבוד, נישט חוזק מאכן פון איבערוואגיגע, און נישט אריינקריכען אין א צווייטענ'ס טעלער.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר