חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אבטח ולא אפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 13, 2023 9:58 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?

שליחה דורך אבטח ולא אפחד »

איך האב ב"ה חבירים פון אלע קרייזן. פון ליובאוויטש דורך סטאמאר בעלזא באבוב סקווירא ברסלב, ביז תולדות אהרן סאדיגורא וויזניץ גור צאנז און סלונים. ליטווישע און חסידישע. כניאקישע און אויפגעקלערטע, קנאי'שע און כמעט חרדלישע.
איך פרוביר עפעס צו פארשטיין.
פון כמעט יעדע חסידות זענען פאראן מענטשן וועלכע האבן געסוויטשט פון איין חסידות צו א צווייטע. טאקע נישט זייער אן אפטע ערשיינונג אבער פארט עס געשעהט.
טיילמאל נאר למחצה לשליש לרביע.
פארוואס קען איך נישט קיין איין ליובאוויטשער וואס איז געווארן א חסיד פון צווייטע חסידות?
פארוואס קען איך נישט קיין איין חבד'סקער וואס איז געווארן א פשוט'ער בן תורה ליטוואק?
לכאורה וואלטן זיי זיך געדארפט אסאך מער אויפוועקן און אנטלויפן פון די משוגע'נע סיטואציע דארט.
איך ווייס אז זייערע ספרים פארקויפן עפעס, און סנישט סתם טייטשעלעך אין פסוקים. אבער מ'קען מיטנעמען די ספרים און דאווענען אין תולדות אהרן און גיין צו א סלאנימע זיץ. מ'קען ווערן א בן תורה כמו שכתוב און נאכאלץ געניסן פון די חב"ד ליטארעטור. עפטער-אלל אין היסטארישע חב"ד זענען דארט געווען פעסטע ת"ח און פוסקים.

ענליכע שאלה, אבער נישט ממש די זעלבע קען געפרעגט ווערן לגבי ברסלב.
איך מיין אבער אז ברסלב'ע זענען פאראן מערערע מיט א שם לווי. דהיינו זיי גייען אויך צו אנדערע הויפן אביסל. בליקן אביסל אין אנדערע ספרים. האבן א שטיקל שייכות מיט אנדערע רבי'ס.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר