מיין שלום בית געשיכטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
באס דרייווער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:50 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

מיין שלום בית געשיכטע

שליחה דורך באס דרייווער »

אזוי ווי דאס איז מיין ערשטע תגובה בעט איך אנטשולדיגט אויב עס נישט געשריבען כדבעי

כבוד הרב קינות גירישין.....איך מיז דיר גראטולירען פאר דיין שטארקייט
איין זאך וויל איך דיר בעטן, לאז וויסן אינזער עולם וואס ס'גייט פאר מיט די שלום בית מאכערס - און די רבנים, וואס מער ווי געלט און בעדראם סטאריס, אינטערסירט זיי נישט גארנישט
זיי האבען נישט קיין פראבלעם אז א אידישע שטוב זאל גיין דאון די דרעין

יעצט לאמיר דערציילען מיין סטארי כאטש עס איז שוין דורך א שיינע שטיק צייט רייסט עס מיר נאך ביים הארץ ווען איך דערמאן מיר.
באמת וואלט איך אויך געדארפט מאכן א פאזיע דערפון, נאר איך בין נישט אזוי געלונגען ווי דיר

קודם וויל איך אייך קלאר מאכן, איך בין נאך מיט מיין ערשטע ווייב מיט עטליכע קינדער קע"ה ב"ה, ביז 120 יאר.
נאר דער דורך גאנג, דאס איז געווען געפערליך

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א קלייניקייט, זי האט געזען עפעס א נארישקייט ביי מיר און זי איז געלאפען גלייך צי איר טאטע אזוי ווי מען לערענט אויס אין בית רחל.
איר טאטע א פיסטער בעל גאווה איז גלייך געלאפען צי זיין רב וואס ער שטיצט כסדר און ביידע האבען מחליט געווען אז מען דארף אים אפגט'ן ח"ו,
כאטש מיר האבען שוין געהאט דעמאלטס 2 קינדער אבער יעצט איז די אלע זאכען געווען אירעלעווענט, זאלן זיי גיין און די ערד.
איך געדענק נאך ווי ער קאלט מיר אן איין טאג (איך האב נישט געוויסט א גאנצע צייט אז עפעס וועבט זיך דא, און אז ער ארבעט אינטער מיין ריקען) אז דאס איז עס איך זאל זיכען א צווייטער שטוב, און אז פונקט ווי מען קען חתונה האבען קען מען זיך גט'ן
איך האב נאך געהאלטען אין מיטן דאווענען ביי אהבה רבה, איך האב נישט געוויסט וואס איך טוה דא ווייטער, איך האב ניטאמאל געוויסט וואס איך האב ראנג געטוהן אז מען דארף זיך גט'ן
איך האב גלייך אויס געטוהן מיין תפילין, נישט אניאגענדיג צו פארענדיגן דאס דאווענען, און אהיים געלאפען
ווען איך קום אהיים, טרעף איך מיין ווייב וויינען אויפן טעלעפאן, זי רעדט צי איר טאטע, איך גיי גלייך צו צום ענין, "וואס גייט פאר? איך האב דיר עפעס געטשעפעט אדער וויי געטוהן?
זאגט זי מיר אז וויל נישט רעדן, איך זאל רעדען מיט איר טאטע!

זי האט מיר איבער געגעבען דעם טעלעפאן פון איר טאטע, און ער הייבט אן מיט קולות, איך ווייס פינקטליך ווער די ביסט! ביסט א מנוול! און נאך שיינע ווערטער.
ער לאזט מיר נישט קומען צום ווארט, וואס האב איך געטוהן?! למעשה האב איך געזען אז וועל מיט אים אינערגעץ נישט אנקומען האב איך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.
ערשט יעצט האב איך געזען אין וואספארא פעקל איך בין. ווואס טוה איך דא ווייטער? מיינע עלטערן האב איך געציטערט צי דערציילען (גיי ווייס פארוואס)

א שעה שפעטער קלינגט די טעלעפאן, מיין שווער'ס רב האט געקאלט, און זי וויל רעדען מיט איר
וואס זיי האבען גערעדט האב איך נישט קיין אהנונג, ווייל זי האט זיך איינגעשפארט אין איר רום, און גערעדט שטיל, אז איך זאל נישט הערן
און איך האב דעמאלטס זיך נישט געוואלט שלאגען מיט איר.

אזוי פיל האב איך געוויסט איך מוז רעדען מיט מיין שווערס רב, אגב ער האט זיך זייער גוט געהאלטען מיט מיר אויך.
איך קאל אים: אז דא רעדט דער אין דער, איך וואלט זייער זיך געוואלט טרעפען מיט אייך.
הייבט ער אן: ער זעט נישט וואס מען קען דא טוהן, זי וויל בשו"א בלייבען מיט מיר. זי האט שוין אפגעמאכט און גלייבט נישט אז מען זאל נאך קענען עפעס טוהן( אגב א גראבער שקר זי האט זיך בכלל נישט געוואלט גט'ן, נאר מיין שווער. און ער (דער רב) האט אויך געוויסט פון דעם)
למעשה נאך לאנג בעטען האט ער מסכים געווען אז קען מיר טרעפען באנאכט בערך 11 אזייגער.
איך האב געציטערט אז מען גייט טוישן די שלעסער. האב איך אזוי פיל געטוהן, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב וויסן זאלסטו, די דירה איז מיינס! אויב די חלומ'סט צו טוישען שלעסער, ווייסטו אז איך האב קאנעקשאן צי דע 90'פריסנקט, און איך זאג דיר צו, "דו גייסט זיצן"
למעשה האט דעס געארבעט.

ביינאכט האב איך מיר געטראפען מיט אים הייבט ער אן מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן, און נאכדעם פינקטליך וואס איך האב געטיען מיט מיין ווייב פשוט איך שפיר אז דא איז נישט דער פלאץ עס צי דערציילען
איך געדענק נאך ווי האב מיר געשעמט צי קוקען אים און פנים, ווען ער האט מיר איבער געזאגט, וויאזוי איך האב איר געבעטן אנצוטוהן וכדו'
איך האב שוין געטראכט, אקעי דאס איז עס, איך האב מיר גענומען וויינען, איך האב א גאנצע צייט געטראכט, איך גיי זיין א גרוש. פאר דעם איך געציטערט ווי פון טויט

אינמיטן האט ער געטוישט זיין קול ווי ער וויל מיר העלפען אין הייבט מיר אויסצופרעגן מיינע בחורישע יארן צו איך האב געהאט שלעכטע חבירים און פונקטליך וואס זיי האבען געטוהן
אזוי איז אנגעגאנגען איבער א שעה. למעשה איז געבליבן דעמאלטס אז ער וועט זען וואס ער קען טוהן.

איך בין אהיים, איך האב מיר געפרייט אז מיין ווייב איז נאך דא, אז מארגען גייט נאך נישט דע גאס שטינקען, פארשטייט זיך אז זי האט מיר איגנארירט
איך בין יענע נאכט נישט געשלאפען איך האב מיר ארום געדרייט ווי א טויטער א גאנצע צייט, און געטראכט אז איך גיי זיין פינקט ווי .... דער גרוש יעדער גייט טייטלען אויף מיר
איך גיי מיר יעצט אנהייבען הארגענען אויף די אומשולדיגע קינדער

דעם אנדערען טאג קאל איך אן דעם רב וואס ס'טוט זיך?! ער זאגט איך זאל אים קאלן שפעטער, אזוי איז עס אנגעגאנגען עטליכע מאל ביז ער האט אינגאנצען נישט אויף געהויבן
איך האב געקאלט אינדערהיים האט מען אלץ געזאגט אז ער איז נישט אוועילעבעל
אזוי איז איז עס אנגעגאנגען עטליכע טעג
סתם אינטערסאנט דער זעלבער רב האט נישט לאנג געהאלטען א דרשה וועגן חסד ווי אזוי א איד מיז זיך אריין לייגען אין א צווייטענס מצב.. נישטא ווער זאל לאכן

איך האב געזען אז עס איז נישטא קיין עצה בין איך אריבער געגאנגען צו אים אין שטיב קודם זאגט ער, אז ער איז זיייער פארנומען איך וועל מוזן צוריק קומען אין א אנדערע צייט
איך האב גענימען וויינען ער זאל רחמנות האבען אויף מיר ביז ער האט מיר געזאגט אז איך זאל קימען מארגען און בהמ"ד צי אים
כאטש עס האט מיר ווייניג געשמעקט זיך צי טרעפען מיט אים ברבים האב איך אבער געזען אז קיין צוויי ברירות האב איך סייווי נישט

די אנדערע טאג ווען איך האב אים געטראפען זאגט ער מיר ער האט עס דורך געטראכט אין גערעדט מיט מיין ווייב אז איך זאל גיין צי ....שלום בית מאכער
איך בהמה האב זיך געפריידט אז ענדליך וועט אריין קימען עפעס נארמאלער מענטש און וועט זיען אז אלעס איז נארישקייט והכל על מקומו יבא בשלום
איך האב נישט געכאפט אז ערשט יעצט הייבט זיך אן די צרות

איך וועל ממשיך זיין אין א שעה ארים

דער אשכול פארמאגט 451 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר