סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3271 מאל

סאטמאר, איר מהות און איר אייגנארטיגקייט.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]אזוי ווי כ"ו אב געפאלט אויס די וואך פרייטאג וועלן מיר ווידמען דעם וואכענדיגן חמין-במוצאי-שבת פאר א קורצע אנאליז איבער סאטמאר איר מהות און איר אייגנארטיגקייט, און איינוועגס וועלן מיר פרובירן פושט זיין די אלטע שאלה וואס די לעצטיגע פוסקים פלאגן זיך שוין ארום צענדליגע יארן, דהיינו, ווער איז דער ריכטיגער סאטמאר? ס'איז דאם עפעס א מדרש תלפיות וואס כ'האב אמאל געזעהן בימי חורפי, ס'שטייט עפעס אזוי: בדבר זה נחלקו מדת הדין עם מדת הרחמים, מדת הדין טוענת: אהרונים הם סאטמאר, ומדת הרחמים טוענת כנגדה: הזלונים (נ"א בני יואל) הם סאטמאר, ואין מי שיכריע ביניהם, עד שבא בנימין ונעץ חרב בבית המדרש ואמר לא נזוז מכאן עד שנקבע מסמורת בדבר.

דער אמת איז אז צו שרייבן אן אנאליז אויף סאטמאר איז א בחינה פון "הדיו יכלו והם לא יכלו" מ'קען עס באשרייבן פון אזויפיל מיני אספעקטן און פון אלע מיני ענגעלס און עס קען אפשר זיין גאנץ אינטערעסאנט אויך. בימי חורפי האב איך געפלאנט צו מאכן מיין P.H.D. אויף סאטמאר דהיינו די רבי, די שיטה, די חסידות, אבער לעת עתה בין איך נישט ביי די כוחות צו שרייבן א גאנצע בוך אבער פטור בלא כלום אי אפשר, בפרט ווען די גאנצע וועלט שטייט מיט אנגעשפיצטע אויערן און אפענע מיילער צו הערן דעם פסק דין ווער איז באמת סאטמאר, וועל איך אנהייבן מברר זיין די פארפלאנטערע שאלה און איינוועגס אנרירן דעם סאטמארער מהות אויפן שפיץ מעסער ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

וזה החלי בעזרת צורי וגואלי:

יעדער וואס שטויסט זיך אן סאטמארע חסידים ווייסט אז הגם זיי קוקן אויס גלייך צו אלע אנדערע חסידים זענען זיי אבער ווייט א מהלך פון ת"ק שנים פון יעדע אנדער סעקטע אין חסידות. כ'וואלט זיך ווען געטרויט צו זאגן אז די חילוק למשל, פון דעם וויזשניצער און דען סאטמארער איז כמעט גרעסער ווי די חילוק צווישן דער פרומער און חילוני.

אויב סאטמאר האט עפעס און איינקלאנג מיט נשים איז דאס אז ביידע זענען א "עם בפני עצמן" א פאלק פאר זיך, און ביידע זענען אויך געשאנקען געווארן מיט א "בינה יתירה": די פרויען, ווי אזוי צו טעראזירן דעם מאן, און די סאטמארע, ווי אזוי צו טערראזירן אלעס און אלעמען, און בעיקר וועם עס דאכט זיך זיי אז ער שטייט זיי אין וועג.

און יא, נאך אזאך וואס א סאטמארער איז ענליך צו א פרוי איז אז ביידע פארמאגן דעם טאלאנט פון פארנעמען סתירות. א דבר והפיכו בנשימה אחת פאר א סאטמארער, ווי פאר א פרוי, איז ווי זויער-שטאף צום לעבן; נעמטס למשל א פרוי זי קען פייגרן פאר ליבשאפט צו איר מאן און אים האסן צום טויט באותו רגע ובאותה נשימה ממש. פון איינזייט פירט זי זיך אויף ווי א קליין קינד און מאידך גיסא איז זי געווענטליך מער מעטשויר ווי איר מאן, זי איז ערליך און קען וויינען ביי די לעכט אבער אויב עס זאל זיך עפעס מאכן מיט פייער דארט וועט זי זיין די ערשטע צו גיסן וואסער, זיי קען גיין אנגעטוען ווי א שיקסע אבער פאר סימס און א אפגעגאלטן קאפ וועט זי זיך אויסשטרעקן איר האלז. אור וחושך, טומאה וטהרה, אהבה ושנאה, משתמשין בערבוביא אחת .

א סאטמארער אין דעם הינזיכט איז די זעלבע, פון קינדווייס אן לערנט ער זיך אויס צו פארנעמען צוויי קעקגנזייטיגע דעות מיט א מדת ההשתוות שלא מצינו דוגמותו אפילו אצל בטלני בעלזא; מ'דארפ ליב האבן יעדע איד, אבער מ'דארף האסן און פיינט האבן א יעדע אגודה'יסט; בחירות איז ערגער ווי עבודה זרה, אבער מוניצפול בחירות איז מותר לכתחלה; רעדן היברעיש איז ערגער ווי זיך ביקן צו א צלם, אבער מיט א "תימן'ע" איד מעג מען רעדן און פארברענגן אין א פליסיגע עברית (ווייל סאיז נישט עברית ס'איז תימנ'יש!); ס'איז שוין פון לאנג נשתכח תורת הבעל שם, אבער מען הארעוועט אין נועם אלימלך און תניא; ציונים זענען ערגער ווי די נאציס, אבער ווען עס טרעפט א מלחמה און א"י, פארגלייזט מען זיך די אויגן און מען איז מתתפלל אז ס'זאל חלילה נישט שאטן קיין איין אידיש נפש.

אפילו דער מער אויפגעקלערטער סאטמארער -בעסער געזאגט,דער סאטמארע באם- לעבט אויך מיט גאנץ געשוואלענע סתירות; ער קען זיין א פייערעדיגער חסיד פון לעדי גאגא, אבער א געשווירענער פיינט פארן קלויזענבארגער; א שטארקע אנהענגער פון זשוסטען ביבער אבער א דם-שונא פארן בעלזער; ער וועט ליינען ערליך דעם פאסוט א יעדען טאג אבער אויפן המודיע וועט ער שפייען כדי שיעור גרוגרת, וכהנה וכהנה.

דער סאטמארער קען אפלאכן פון אלע חסידות'ער איבער זייער איבערגלויבן אין רבי'ס, ומאידך גיסא איז נאך נישט געבוירן געווארן אזעלעכע שוואנצאנים בני שוואנצאנים ווי די סאטמארע מיט די רעבע זיכרונע לברכענעס; דע רעבע האט זיך צו שמייכעלט, דע רעבע האט זיך אויסגעדרוקט, דע רעבע'ס פנים האט געלאכטען, דער רבי האט משתין געווען (איך מיין אז עס איז דא אפילו א בילד ווי דער רבי איז משתין בקיר), מ'קען נישט רעדן מיט א סאטמארער מער ווי צוויי מינוט, -נישט קיין חילוק צו פון אייז קרים אדער פאפ-קארן-, און אאופס די רבי איז אין בילד.

אבער כולי עלמא מודי אז דער עיקר יסוד פון סאטמארע חסידות איז תורת התבדלות, ס'נישטא קיין איד וואס זאגט דעם תפלה פון "והבדלנו" מן התועים ונתן לנו תורת אמת מיט אזא טיפע איבעצייגונג ווי דער סאטמארער חסיד, ער איז באמת איבערצייגט אז די גאנצע תכלית הבריאה איז ראדני מיט הופער; אהרונים און זאלונים; בני יואל און בני משה; קנאים און סיקריקם, און אלעס אויסער דעם איז נסיונות און סטרא אחרא.

דאס וואס אין בעלזא האט מען אמאל געזאגט פאר א משל אז מען האט נישט קיין שגץ אין שטעטל אויף וועם מוחה צו זיין ברויך מען אימפארטירן איינס, וואלט שטארק געפאסט מיטן היינטיגן סאטמאר.

לאמיר דאס מער מסביר זיין , יעדע חסידות האט זיך זיינע שטריכן און יסודות אויף וואס עס איז געבויט, למשל, חב"ד איז געבויט אויף לימוד ספרי חסידות בעיון, עניני חכמה בינה דעת; אין ברעסלב איז מען עוסק אין דעם ענין עבדו את השם בשמחה; אין קלוזענבורג איז עס בלעטער גמרא; און וויזשניץ, פרומקייט און חניוקישקייט; און אין סקווער איז עס גארטלעך וואס איז עביו ורחביו טפח, און ציצית שיש בו כדי להמית (להחניק). הצד השוה שבהן אז עס איז עפעס פאזאטיוו אדער בעסער געזאגט עס איז אין דעם "עשה-טוב" אפטיילונג.

סאטמאר, אבער, האט אוועקגעשטעלט זייער ליניע אויפן רעסלן פון "סור מרע", און פארשטייט זיך נישט סור מרע פון זיך זעלבסט, נאר סור מרע פון "יענעם", מלחמה מיט ציונות; מלחמה מיט מזרח'יסטן; מלחמה מיט אגודה'יסטן; מלחמה מיט אלעס און אלעמען אויסער מיטן אייגענעם יצר הרע (ח"ו נישט ממש כ'טרייב איבער).

יעצט ווילאנג סאטמאר רב ז"ל האט געלעבט, און איז ער געווען א עמוד האש ההולך לפניהם יומם ולילה, איז די חסידות נישט באשטאנען נאר פון סור מרע; ס'געווען א הושענה רבה; ס'געווען א שמיני עצרת און א יום כיפור; ס'געווען א שבת; א קידוש; און וואס נישט? ס'געווען וואס צו זעען ס'געווען וואס צו מיט האלטן, און וואס זיך צו קאכן.

אבער נאכן תשל"ח-עטרת-ראשנו, איז סאטמאר געבליבן היבש אויסגעשפילט, מיט א רעבע וואס איז נישט געווען אויפן מדרגה פינעם דברי יואל, איז די איינציגסטע וואס איז זיי געבליבן איז געווען חזרה אויפ שלש סעודות תורה פון תשי"ד ווען די רבי האט זיך געקאכט אין גזירות גיוס בנות, אדער תורות פון תשכ"ח ווי די רבי האט פייערט און ברענט, ביי מלחמת ששת הימים, ווען אידן האבן געהאלטן אז עס איז אתתחלתא דגאולה ממש. יענע צייטן זענען שוין לאנג פארביי, סאיז שוין דעווען זינט דאן א מלמחת יום הכיפורים מלחמת לבנון, דריי אינטיפאדאס, דער אתחלתא-דגאולה געדאנק האט אויסגעוועפט און סאיז עבר עליו הכלח אפילו ביי דעם גרסטען מזרחי'סט אבער אין סאטמאר קלאמערט מען זיך נאך אין די תורות פון תשכ"ח כאילו כלל ישראל איז ממש אין א געפאר א יעגע רגע פון ווערן אפגעשמ"ד פינעם עבודה זרה פון ציונות.

ס'וואלט נישט געווען איבערגעטריבן צו זאגן אז די גרעסטע פאטש און דורכפאל ופאר א סאטמארע חסיד וועט זיין אויב ציונות וועט בטול ווערן. ער וועט אויסקוקן אזוי ווי די אידן וועלן אויסקוקן נאכן שעכטן די יצר הרע לעתיד לבא, אדער ווי א שוחט מיט א מעסער אן א קוה צו שחט'ן. כ'מיין מיט וואס וועט ער זיין אנדערש ווי דער קלויזענברגער? ער וועט נאך אפשר זיין ווייניגער! דער קלויזענבורגער האט דאך זיינע בלעטער גמרא, ער האט עפעס אן אגענדע פון עשה טוב, אבער ווען איינער האט א אגענדע פון סור מרע, אויב דער רע איז מער נישטא, בלייבט ער אן א פאך אין דער האנט און אן א שטאך ארבעט.

לפי זה נמצינו למידים אז דער סאטמארער זאגט נישט אזוי ערליך דעם "ולמינים אל תהי תקוה", און די סבה איז זייער פשוט: ווייל ער ווייסט אז נאכן ביטול פונעם מדינה הציונות האט ער נישט קיין זכות קיום, משא"כ דער קלויזענבערגער און וויזשניצער מיינען עס יא ערנסט, ווייל דער קלויזענבורגער וועט נאך אלץ בלייבן מיט זיינע מורינו'ס און בלעטער גמרא, און דער וויזשניצער מיט זיין חניוקישקייט.

ממילא ווען איז זאגט דעם קומענדיגן מאל פארן דורכשניטליכן סאטמארער אינגערמאן אז די גאנצע ציונות איז שוין נישט רעלעוואנט, ס'איז עבר ובטל מן העולם, זאלט איר וויסן פארוואס די פנים ווערט אים ווייס כשלג לבן און די האר שטעלן אים זיך אויף אפילו אויף די אויגן ברעמען: ווייל איר האט אים ארויסגעצויגן די פאדלעגע פון אונטער זיין פיס זיין גאנצע יוניקנעסס האט איר צובלאזן.

השתא דאתינא להכי, קען מען מכריע זיין דעם באקאנטן מחלוקת פון מדת הדין און מדת הרחמים הללו אומרים אהרונים סאטמורים האמיתיים, והללו אומרים זאלונים סאטמורים האמיתיים, איז לאמיר א קוק טאן אויף די היסטאריע און רעקארדס פון די צוויי אימפעריעס, וועלעכע פון זיי שטומט בעסער מיט די סאטמארע שיטה און מהלך פון סור מרע און התבדלות און אזוי פושט זיין דעם אור-אלטן איבעי'.

די אהרונים, זייט די חלוקה האבן כמעט נישט געטוען אין דעם ענין פון סור מרע; זיי האבן נישט באשמיצט קיינעם; נישט נאך געשריגן קיינעם; נישט באגאסן קיינעם מיט קיין צואה רותחת. וואס זיי האבן יא געטוען איז געווען: געבויט א מהודר'דיגע שלאכט הויז און קרית יואל; געברענגט ווייץ אן חשש מצומחות פון אריזאנע; זענען בודק עופות פון צומות הגידים; געמאכט חתונה תקנות און אזוי ווייטער, די אלע זאכן זענען טאקע גאר גאר שיינע אויפטוען, אבער זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט סאטמאר, ס'פונקט גוט פאר באבוב אדער פאפא.

יעצט לאמיר א קוק טוען אויף די רעזעמעי פון די זאלונים, אה! זיי האבן שוין וואס צו ווייזן, זיי האבן א רייכע היסטאריע, קודם מלחמה אקעגן דעם עירוב, נאכגעשריגן, טעראזירט וכו'; מלחמת קודש א קעגן שחוטה מונחת; מלחמה א קעגן ווייץ פון אריזאנא; מלחמה א קעגן דעם פילטער פאר די וואסער; מלחמה א קעגן לולבים פון א"י; מלחמה א קעגן שלום מאכן מיט בעלזא; און איין ווארט זייער גאנצער אידענטעטי איז וואס ער איז אלץ "נישט", און וואס ער טוט "נישט", און איין ווארט "התבדלות מיט מלחמות". אפילו א פילטער פארן אינטערנעט קען זיי נישט טיילן מיט, די רשעים די אגודיסטן, זיי די שקצים האבן : טעג, דשעי נעט, ווייט פעזשעס, יעשיבע נעט, וכל שם וחניכא דאית ליה, אבער מיר סאטמערע האבן אן אנדערע פילטער, מיר האבן "משומר", איי וואס איז משומר אנדערש ווי אנדערע פילטערס? די תירוץ איז ווייל עס איז "נישט" פון זיי, מיר שערן "נישט" איין פילטער מיט זיי, איינמאל ס'האט עפעס א "נישט" איז שוין אלעס פארענטפערט. א קיצור סאטמאר בתפארתה.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 165 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר