סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

סוירוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע

שליחה דורך הוגה »

ביטע ליינט די גאנצע פאוסט איידער איר גיבט אפ אייער שטימע!

[justify]איך וויל דא נעמען אן אנאנימער סערוועי בנוגע מאלעסטעישאן אין די היימישע געמיינדע. דער נושא ליגט שוין אויפן טיש א לענגערע צייט און פון צייט צו צייט קומט אויף די שאלה, ווי ווייט איז דער מחלה רח"ל איינגעריסן אין אונזער געמיינדע. מיר מוזן קלאר שטעלן אז אפילו איין מאלעסטעישאן איז שוין צופיל. אבער מאנכע טענה'ן אז 50 פראצענט אדער מער פון די היימישע קינדער זענען געלאקערט געווארן דורך אינשי דלא מעלי מיט שמוציגע אינטענטשאנס. לכתחלה ווען איך האב געהערט דער claim אפאר יאר צוריק האב איך עס נישט געוואלט מקבל זיין. However, איך האב שוין עטליכע מאל געמאכט פארשידענע אינפארמאלע סערוועיס, אויף פארשידענע אופנים און איך האב בין שאקירט געווארן אז די נומערן זענען גאר הויך.

מיין מטרה איז נישט צו באשמוצען אדער אונטער צו ברענגן קיינעם. די פראבלעם מוז אבער one way or another ווערן קעיר גענומען. מען קען אבער נישט מסדר זיין א פראבלעם פאר מען ווייסט פונקטליך מיט וואס פאר א סארט פראבלעם מען האנדלט דא. אשר על כן אלץ די ערשטע טריט וויל איך דא נעמען אן "אנאנימער" סערוועי וואס וועט אונז געבן א בערך'דיגע בילד וואו מען האלט.


לטובת הענין ביטע האלט אייך צו די פאלגענדע פארשריפטן:

1) אויב האט איר מער ווי איין ניק, ביטע שטימט נישט מער ווי איין מאל.
2) כדי צו פארזיכערן אז מיר באקומען ווי מער אקוראטע אינפארמאציע, ביטע ליינט קלאר די שאלות, טראכט אריין מיט יישוב הדעת פאר אפאר מינוט איידער איר גיבט אפ אייער שטימע.
3) אויב האט איר הערות והארות ביטע זיין מגיב אינעם אשכול.


מיר ערלויבן נאר וועטעראן אקטיווע ניקס מיט לכל הפחות 150 הודעות זיך משתתף זיין.
קיינער, אריינגערעכנט די הנהלה, קען נישט זען ווער עס האט געשטימט פאר וואס.
לטובת הענין וועט מען נישט קענען זעהן די תוצאות פון די סערוועי ביז עס וועט ווערן אפגעשלאסן.

נעמט אין אכט, ווען מיר פרעגן איבער מאלעסטעישאן איז עס כולל אלעס פון א בלויזע פראבע צו מאלעסטען שלא יצא מזימתו הרעה, ביז רח"ל אונס ממש. דער סורוועי רעכנט מאלעסטעישאן איינער וואס לאקערט און וויל נעמען אדוואנטידזש פון די vulnerability פון א צווייטע וואס איז יונגער אדער שוואכער פון יענעם, טיפיקעלי ביז בערך די 16 יאר.
[/justify]

שאלות פון די סערוועי

די ערשטע אנקעטע:
האט איינער אמאל געלאקערט נאך אייך מיט די כוונה צו מאלעסטן?

1. קיינמאל
2. איינמאל
3. צווישן צוויי און פינף מאל
4. זעקס מאל אדער מער


די צווייטע אנקעטע:
וויפיל קעיסעס פון יונגלעך אדער מיידלעך וואס זענען געלאקערט געווארן דורך מאלעסטערס ווייסט איר פערזענליך ממקור ראשון אדער שני וואס זענען פארגעקומען אין די אידישע געמיינדע?

1. קיין איינס
2. איינס
3. צווישן איינס ביז פינף
4. צווישן זעקס און צען
5. מער ווי צען

שטים בארעכטיגטע קענען דא אפגעבן זייערע שטימעס:

דרוקט דא פאר די ערשטע אנקעטע

דרוקט דא פאר די צווייטע אנקעטע
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 92 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר