שוין מיר זענען ווייטער שילדיג, אסיפה רבנים צניעות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

שוין מיר זענען ווייטער שילדיג, אסיפה רבנים צניעות

שליחה דורך טיטאניק »

שוין 30 40 יאר וואס די 3 ווערטער האבען חתונה געהאט, און משום מה גט'ען זיי זיך נישט און דער עולם ליידט פון די קראזיאנערישע שידוך, און אין פלאץ וואס דער עולם זאל זיך אנריפען הויעך און קלאר אז די שידוך מיז זאפארט א גט כריתות, האט יעדער מורא צי רעדען און זאגען א הויעך ווארט און עולם גולם לויפט נאך די חברה מיט א געמאכטע בלינדטקייט און דומקייט, מען לאזט זיך צווינגען צי חתמענען "תקנות" וואס קיינער פירט מילא נישט אויס
עס איז שוין געקימען די צייט צי הייבען א קול צעקה און זיך אנריפען הויעך "רבותינו הגיע זמנכם, טולו קורה מבין עיניכם, אין הדבר תלוי אלא בכם" הערט אויף צי באשמיצען און באשילדיגען כלל ישראל גוי קדוש מיט ענקערע שחיתות.
די שידוך איז ציזאמען געשמאלצען פון אט די דריי רבנים אסיפות צניעות און עס ווערט נאר ערגער וואס א טאג עס גייט אריבער
מיר ווייסען וואס עס שטייט אין די תורה, אין די תורה שטייט די ווערטער ביי א עגלה ערופה:
כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה אֲשֶׁר יְיָ אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לְךָ לְרִשְׁתָּהּ נֹפֵל בַּשָּׂדֶה לֹא נוֹדַע מִי הִכָּהוּ: וְיָצְאוּ זְקֵנֶיךָ וְשׁפְטֶיךָ וּמָדְדוּ אֶל הֶעָרִים אֲשֶׁר סְבִיבֹת הֶחָלָל: וְהָיָה הָעִיר הַקְּרֹבָה אֶל הֶחָלָל[b] וְלָקְחוּ זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא עֶגְלַת בָּקָר אֲשֶׁר לֹא עֻבַּד בָּהּ אֲשֶׁר לֹא מָשְׁכָה בְּעל: וְהוֹרִדוּ זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא אֶת הָעֶגְלָה אֶל נַחַל אֵיתָן אֲשֶׁר לֹא יֵעָבֵד בּוֹ וְלֹא יִזָּרֵעַ וְעָרְפוּ שָׁם אֶת הָעֶגְלָה בַּנָּחַל: וְנִגְּשׁוּ הַכּהֲנִים בְּנֵי לֵוִי כִּי בָם בָּחַר יְיָ אֱלֹהֶיךָ לְשָׁרְתוֹ וּלְבָרֵךְ בְּשֵׁם יְיָ וְעַל פִּיהֶם יִהְיֶה כָּל רִיב וְכָל נָגַע: וְכֹל זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא הַקְּרֹבִים אֶל הֶחָלָל יִרְחֲצוּ אֶת יְדֵיהֶם עַל הָעֶגְלָה הָעֲרוּפָה בַנָּחַל: וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכֻה [שָׁפְכוּ] אֶת הַדָּם הַזֶּה וְעֵינֵינוּ לֹא רָאוּ: כַּפֵּר לְעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר פָּדִיתָ יְיָ וְאַל תִּתֵּן דָּם נָקִי בְּקֶרֶב עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל וְנִכַּפֵּר לָהֶם הַדָּם: ט וְאַתָּה תְּבַעֵר הַדָּם הַנָּקִי מִקִּרְבֶּךָ כִּי תַעֲשֶׂה הַיָּשָׁר בְּעֵינֵי יְיָ: [/b]
אין קארצען, איינער שטארבט און מען ווייסט נישט ווער עס האט עם געהארגעט, ווער דארף נעמען אחריות אויף דעם מארד? ווער דארף א כפרה? די רבני הדור
אין אלע דורות איז געווען אזוי, זע וואס שטייט אין מסכת תענית ביי עצירת גשמים אדער אנדערע גזירות:
הגיע שבעה עשר במרחשון ולא ירדו גשמים, התחילו היחידים מתענין שלש תעניות.
פירוש רבי עובדיה מברטנורא:
הגיע שבעה עשר במרחשון - וכבר עברו ג' זמנים, שהן ג' במרחשון. התחילו היחידים - תלמידי חכמים להתענות.
און מראה מקומות אין ש"ס פעלט נישט ווען עס געשעט גזירות איז דאס די אחריות פון די מנהיגי הדור, און די ערשטע וואס דארפען צי מפשפש זיין במעשים און פאסטען און תשובה טאן איז טאקע די מנהיגי הדור,
הערשט נאכדעם וואס די מנהיגים האבען געטין זייערס, זיי האבען פאראכטען זייערע זינד און עס האט נישט געהאלפען הערשט דעמאלט קען די מנהיגי הדור פאדערען פון די המון עם תשובה און געבען מוסר דרשות

די מצב פון אינזערע מנהיגים איז ברייט באקאנט פאר יעדער חדר אינגעלע עס איז נישט קיין סוד בכלל, רבנים קריגען זיך און רייסען זיך ביי די נעזער ווי קליינע קינדער, זיי זענען נישט גורס בכלל די מושג פון וותרנות אדער די מצוות פון "לא תשנא את אחיך בלבבך" אדער "ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה", און אזוי ווייטער וויפיל עבירות עס איז תלוי אין איין נערישע מחלוקת איז נישט מעגליך צי אויסרעכענע די איסורים מדאורייתא ומדרבנן וואס איין מחלוקה איז אלץ כולל.
חז"ל זאגען אין אן א שיעור פלעצער כמה קשה המחלוקת, און אז אלע צרות קימען בלויז פון מחלוקות און עיוות הדין אפגערעדט די שרעקליכע חילול שם שמים וואס די רבנים ואדמורים פארשאפען ביי אידען און ביי נישט אידען מיט זייערע קינדערישע רייסערייען
וואס זאלען קינדער זאגען ווען מען לערנט מיט זיי די פרשיות פון דינים בין אדם לחבירו ווען זיי זעען ווי די גרויסע רבנים ואדמורים מנהיגי הדור וואס דארפען זיין די ביישפיל פארען כלל פירען זיך אויף ערגער פון דער גרעסטער פושע ישראל? פארוואס זאל מיין וואלוועלע מוותר זיין זיינע שפילצייג פאר מיין עטעלע ווען זייער רבי (נישט מלמד, אדמור!) קען נישט מוותר זיין קיין כהוא זה פאר א צווייטער למען השלום?
גייט און עפענט אויף א חפץ חיים און זעט וויפיל צרות די לשון הרע און רכילות ברענגט אן אויף די וועלט א פחד איום ונורא
יעצט ווער איז שילדיג דערין? בעיקר די רבנים
סוי די עבירה איז קלאר כשמש בהצריים יעדער זעט דאס, עס קימען צרות אזוי ווי גאט ווארענט אז עס וועט קימען, ווער דארף דא תשובה טיען? די מאמעס וואס מאכען זיך שיין פאר זייערע מענער? וואספארא חופצה איז דאס! וואספארא שעם!
ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס א רב אדער א רבי זאל זיך אויפשטעלען מתוודה זיין ברבים "חטאתי עוותי פשעתי" רבוש"ע זיי מיר מוחל אויף "מיינע עבירות בין אדם לחבירו, זיי מיר מוחל אויף דעם וואס איך רייס מיר מיטען ברידער ווי א שיכור'ע קעצעלע"
אין בית המקדש ביי די עבודה, ווער איז געווען דער ערשטער צי שרייען הויעך "חטאתי עוותי פשעתי"? אויב נישט דער כהן גדול אליין?

ניין היה לא תהיה
די רבנים ואדמורים וועלען דאס קיינמאל נישט טיען, די כינוס האט אפגעקאסט מיליאנען אבער די גרעסטע עבירה בדורינו האט מען ניטאמאל ציגערירט אפילו ברמיזה!
וויי איז צי אינז אז מיר האבען די סארט רבי'ס און מנהיגים וויי איז צי אינז אז אינזערע קינדער האלטען מיט ווי גדולי הדור ווי דער גאבד און דער ראבד קריגען זיך ערגער ווי מיינע קינדער אין שטיב
א בראך, און מען שרייט נאך אז די אימגליקען קימען וועגען די צניעות

צניעות, מורי ורבותי, צניעות היינט איז מיליאן מאל בעסער ווי 20 יאר ציריק און 30 מיליאן מאל בעסער ווי די מצב פארען קריג!
גייט אין קיקט די בילדער ווי אזוי מענער מיט ווייבער האבען זיך געשטיפט ביי די מונקאטשער חתונה ארים די קארעטע פון דער מנחת אלעזר, אדער ביי אנדערע רבעישע חתונות ווי אין באבוב ועוד, ווי זעט מען דאס היינט? אפילו ביי א קארנאוואל זעט מען דאס נישט, צניעות איז די פראבלעם? צניעות?
שקצים און משומדים זענען אין אלע דורות נאך געווען אסאך מער ווי היינט אין פראצענטען
ווען איז נאך געווען א דור ווי יעדע פשוטע בעל בית האט געקענט האלב אדער גאנץ ש"ס? היינט אכשיר דרא! יעדער בעל הבית לערנט דף היומי און א גרויס חלק האבען שוין מער ווי איינמאל מסיים געווען ש"ס, ווי טרעפט מען היינט די אמאליגע פראסטע מארמאראשע פיסטע קרעטשמערס? די עם הראצות וואס איז געווען אמאל איז נישט בנמצא היינט!

ווען איז געווען אזא חינוך וואס איז דא היינט? אמאל אין די אלטע היים האבען רוב קינדער געלערנט אין גויאישע סקולס, און די אידישע בתי חינוך האבען געלערנט רוב טאג לימודי חול און קוים סוף טאג האט מען געלערנט עין יעקב מיט עברי, היינט? היינט לערנעט "יעדע" אינגעלע אין חדר! "יעדע מיידעל" אין א ערליכע אידישע סקול! ווי איז דאס געווען אין די אידישע היסטאריע אמאל? קיינמאל!
אזויפיל כולל יונגעלייט וואס זיצען על התורה ועל מיט א התמדה רבה פאר אפגעריסענע 400 א "חודש"!!!!!!! ווי איז דאס געווען אמאל? אפילו אין מדבר האט מען בעסער געגעבען צי עסען פאר לומדי תורה!

אבער מיר זענען שילדיג "אין אלעם"
אוי לאותו בושה אז אפילו מודה זיין אויף זייערע עבירות קענען זיי נישט

ווען האבען רבנים ואדמורים געלעבט אזא שווענדערישע לעבען ווי יעדע רעבלע לעבט היינט? ווען? ווי אזוי האבען רבנים אמאל געלעבט? מיט מסירות נפש קוים ברויט געהאט אויפען טיש שבת קודש
היינט? רבנים לעבען על חשבון הכלל מיט א אויפגעריסענע פריצישע לעבען ווי באראנען און גארפען אויף די חשבון פון אימגליקליכע ארבעטס יונגעלייט וואס ווערען געצווינגען אוועק צי געבען זייערע לעצטע שטיקעלע ברויט פאר "שקל הקודש" און "אדני הקודש" און די אלע מרעין בישין געלטעריי פרעסונג וואס די אדמורים פירען אן כדי די אייניקלעך זאלען לעבען ווי עשירים

אינז זענען שילדיג? פארוואס? ווייל מען האט טעקסט אויפען סעל פאון? וואס מאכט איר משוגע? וועמען דרייט איר א קאפ?
יונגעלייט זיצען אין אפיסעס און שלאגען זיך מיטען יצר הרע טעגליך זיי זענען מקדש שם שמים זיי זענען עומד בנסיון, ווי זענען ענק רבנים? ווי? ווי האלטען ענק מיט ענקערע נסיונות? ווי?

איך ריך א הייליגע ריף צי אלע אידען,
ביי די נעסקטע אסיפה, אייער רב אין בית המדרש שטעלט זיך אויף פאדערען "קימט צים אסיפה" נעמט דאס ווארט און האט נישט מורא און פרעגט זיי, וואס טיט זיך מיט די משנה אין מסכת תענית? האט שוין דער רב זאל לעבען תשובה געטאן אויף זיינע מעשים אז מען פאדערט פון אינז איין אסיפה און נאך א אסיפה?
ביי די גרויסע אסיפות זאלען מאסען יונגעלייט שטערען די דרשות אין שרייען "עד מתי? ווילאנג נאך וועט איר מאכען פורים פון אינז?"
מען איז מעליל עלילות אויף כלל ישראל אז זיי זענען שילדיג אין אלע גזירות ווען עס איז קלאר ווי די טאג וועמען'ס שילד דאס איז!

נעמט א ביישפיל וואס טיט זיך אפ מיט פוגע זיין אין קינדער, ווען עס איז ידוע אז רבנים ואדמורים שטייען און שטיצען און זענען מחפה אויף מחיובי סקילה אידען וואס האבען מטמא געווען קינדער מיט עבירות וואס מען איז חייב סקילה דערויף!
במקום וואס די רבנים זאלען די דאס ריכטיגע און נעמען די דין תורה אין די האנט שטייען זיי און באשטינקען אינז מיט אלע פראבלעמען

זאגט צי דער גדולי הדור "גענוג!"
וואשט אייך אפ פון אייערע עבירות, גייט פאסטען תעניתים פאר ענקערע עבירות זייט אייך מתוודה ברבים און הערט אויף זינדיגען וועט דער מלאך המשחית אוועק גיין פון אינז!!!

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר