א צייט צו בויען (פייוויש בן-גוריון)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

א צייט צו בויען (פייוויש בן-גוריון)

הודעהדורך אליבא דאמת » זונטאג מערץ 02, 2014 3:29 pm

אונז האמיר אסאך דעות אויף די געשעהענישן ביי חרדישע אידן. און אסאך פון אונז זענען זייער נישט צעפרידן. אבער רעדן איז נישט געניג. מ'דארף טוהן למעשה!
פאלגענד איז א גאר שטארקע ארטיקעל פון "אידיש מיט א אלף" וואס פאדערט און מאנט!!

א צייט צו בויען
פֿון פייוויש בן-גוריון

ווען איך טראכט פון ליע עוועניו אין וויליאמסבורג אין מיינע קינדער-יארן, זע איך די ליכט-זוילן באקלעבט מיט פלאקאטן און גרויסע אותיות וועלכע ווארענען “אידישע טעכטער”, אז זיי זאלן חלילה נישט גיין מיט “שמאלע געפאסטע קליידער.” יעדע עטליכע וואכן זענען די זוילן פריש באקלעבט געווארן, און אלעמאל מיט די זעלבע שרעקעוודיגע בלוט-רויטע אותיות.

די סארט פלאקאטן זענען געווארן מער און מער אין לויף פון די יארן, און די ליסטע פון “פירצות” אויף וואס מ’דארף כסדר מעורר זיין איז נאר געוואקסן. קורצע קליידער, לאנגע שטוב-קליידער, עירוב, ווערים, קאמפיוטערס, אינטערנעט, „וואטסעפפ‟ – און די ליסטע איז ענדלאז. א מחאה איז נישט סתם אזא וואס קען געמאכט ווערן דורך א וואנזיניגן וואס שרייט אין די גאסן – עס פארלאנגט זיך פלאקאטן אין די גאסן, אנאנסן אין די חסידישע צייטונגען, פילזייטיגע בלעטלעך צו פארשפרייטן אין אלע שולן, און צומאל – אין פאל וואס די פירצה איז ממש אומדערטרעגליך און צערייצט גאט’ס צארן אויף אן אויסערגעווענליכן אופן – פארלאנגט זיך זאגאר א ריזיגע אסיפה אין א זאל וואו רבנים וועלן פייערן פארנט פון טויזנטער מענטשן.

און אלעס קאסט געלט. שרייבן, דרוקן און הענגען פלאקאטן קאסט געלט. פארשפרייטן בלעטלעך אין די שולן איז אויך נישט אומזיסט, און צוזאמעננעמען טויזנטער מענטשן אין א זאל קאסט צענדליגער טויזנטער דאלארן. ווען עס איז ממש כלו כל הקיצין איז א פשוטע אסיפה אויך נישט גענוג. די פירצה פון אינטערנעט האט פארלאנגט אויסצוגעבן מיליאנען צו צוזאמענרופן 40,000 אידן אין דעם „סיטיפיעלד‟ סטאדיום.

און פאר אלעם איז פאראן גענוג געלט. רעליגיעזער קנאות איז א שטארקער טרייב-קראפט צו מאכן מענטשן ארויסנעמען זייער טייסטער פון טאש, און טיילן דאלארן. שולד-געפילן אויף אייגענע מיסברויכן, און א פרואוו צו געפינען חן אין די אויגן פון גאט, איז ווארשיינליך אויך א שטארקער פאקטאר אין טרייבן חרדישע גבירים צו מנדב זיין די עקסטרעמיסטישע טעטיגקייטן.

אויב האט איינער אמאל געמיינט אז חרדישע אידן זענען מאנאליטיש, האט דער אינטערנעט צעבלאזן די אילוזיעס. נישט יעדער איז צופרידן פון די לעכערליכע באגרעניצונגען וועלכע ווערן ערגער און שארפער פון יאר צו יאר. נישט יעדער איז בלינד פון זען די ראדיקאלע שינויים אינערהאלב חרדיזם אין לויף פון די לעצטע יארן. נישט יעדער שיקט פרייוויליג די קינדער אין שולעס וואו זיי באקומען א הוילן אידישן חינוך און אן אומעקזיסטירנדע סעקולערע בילדונג. אזעלכע בלאגס און פארומס ווי ‘קאווע שטיבל’ ווייזן, אז הונדערטער און ווארשיינליך טויזנטער חרדישע אידן ווילן נישט טוישן זייער לעבנסטיל, אבער חלשן פאר מוסדות און שולן וואס זענען אומאפהענגיק פון די ראדיקאלן. זיי ווילן געבן זייערע קינדער א ברייטן אידישן חינוך וואס איז באזירט אויף ארטאדאקסישער אידישקייט און אידישער וויסנשאפט און היסטאריע, און א שטארקן סעקולערן חינוך באזירט אויף די ‘קאָמאָן קאָר’ בילדונג-סטאנדארטן.

אבער וואו די ראדיקאלן גיסן עמערס געלט, האלטן די מעסיגע ביי בלויזע דיבורים. דארף מען טאקע זיין א שולד-געשלאגענער עקסטרעמיסט כדי צו קענען געבן געלט אויף צו בויען א אידישקייט? די גבירים וועלכע טיילן נישט די עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיע דארפן אמאל טראכטן אז די מעסיגע און ליבעראלע מיינונגען מעגן אויך געהערט ווערן אויף די שטאטישע ליכט-זיילן. פארוואס גיסט זיך געלט צו פינאנצירן מוסדות וועמענס הויפט ציל איז צו בויען ראביסטעוועס און א אידישקייט פול מיט אמונות טפילות, אבער מען האט נאך נישט באוויזן אויפצושטעלן מוסדות וואס זענען באזירט אויף א ברייטער, אפענער אידישקייט, באגלייט מיט פעסטע חינוך-יסודות?

די וואס זעען “פירצות” אין יעדן ארט וואו זייערע אויגן וואנדערן, די וואס זעען טעראר ווי דעם דרך ישראל סבא, די וואס אונטערדריקן פרויען, פארמיידן חינוך, פארדאמען אינטעליגענץ – זיי טרעפן דאס געלט וואס זיי דארפן כדי צו בויען א אידישקייט פון דומקייט און היפאקריטסטווע. ביי זיי גייט נישט דורך א טאג וואס געלט ווערט נישט פארגאסן אויף צו שטופן ווייטער די עקסטרעמיסטישע אגענדעס. אבער די הונדערטער און טויזנטער וועלכע האבן זיך ארויסגעשיילט פון דעם איגנאראנץ, און ווילן בויען א אידישקייט וואס איז ווארעם, ארייננעמענדיג, ברייט און ליבעראל – זיי זענען נאך נישט אנגעקומען צו בויען א היים וואו צו בליען.

פארלאנגט זיך טאקע ראדיקאליזם און שולד-געפילן צו פינאנצירן וואוילטעטיגע פראיעקטן פאר דער טובה פון דער געזעלשאפט? די מראה פון א פרוי מיט געפאסטע קליידער איז מעורר ראדיקאלע גבירים צו טיילן געלט פאר פלאקאטן און אסיפות. דאס זען אזויפיל אידן צעבראכן און דערביטערט פון דעם ראדיקאליזם דארף דערוועקן די מעסיגע גבירים צו עפענען זייער הארץ און טייסטער.

אידעלעך, מיר דארפן בויען א היים. אונזער אמאליגע היים איז פארכאפט געווארן דורך הארצלאזע און גייסטלאזע רבנים און עסקנים וועלכע האבן איר פארוואנדלט אין א דזשיהאד-פעסטונג. די ישועה איז נאנט, אבער יעדער מיט טאלאנט און פינאנציעלע מעגליכקייטן דארף צולייגן א פלייצע. לאזט נישט אחים לדעה בלוטיגן צוזעענדיג ווי דער טונעל צו דער צוקונפט ווערט ענגער און ענגער. מיר וועלן אליין בויען די צוקונפט פאר אונז און אונזערע קינדער, און געלט זאל נישט זיין קיין צוריקהאלט. צי פלאקאטן אויף די ליכט-זוילן, צי אינוועסטירן אין א חינוך וואס איז פאסיג אין דער מאדערנער וועלט – מיר דארפן דעם אייפער, וויליגקייט און ענטוזיאזם וואס פארלאנגט זיך צו גיסן פרישע פונדאמענטן.
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 02, 2014 5:46 pm

ייש"כ: מיר געפעלט זייער שטארק דער באגריף "ראדיקאלע גבירים". למעשה קען איך נאר איינער וועלכער פאסט אריין אין די קאטעגאריע. ער אליינס איז ראדיקאל (עקסטרים ש'בעקסטרים), היציג, און ר'האט ב"ה גענוג געלט אדורכצופיהרן אלע זיינע משוגעת'ן און טעראריסטישע שטיק. די אנדער פארמעגליכע אידן, מיין איך זענען אליין נישט קיין עקסטרעמיסטן, נאר די סיקריקים און באנדיטן ציען ארויס געלט פון זיי מיט פרעשור און טעראר. :twisted: :? 8-) :roll: :x :P :cry: :( :evil: :o :shock:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15057
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9865 מאל

Feivish

הודעהדורך gergele » זונטאג מערץ 02, 2014 6:33 pm

As always the SILENT MAJORITY does NOTHING.. So the TALIBAN RULES.....in Wili..Jerusalem..ALLOVER
gergele
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 03, 2014 11:13 am

לאמיר דא מאכען דער ערשטער פלאקאט, איינמאל עס איז גרייט, וועט שוין זיין עפעס איינער וואס וועט אפשר דערווישען דער פיפצען מאות עס צו הענגען אויף די "ליכט זוילען".
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 03, 2014 11:23 am

געגאנגען
בייגעלייגטע פיילס
machueh.pdf
(19.09 KiB) אראפגעלאדנט 110 מאל
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

הודעהדורך אליבא דאמת » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:57 pm

א נייע ארטיקעל אין "אידיש מיט א אלף" איז א ענטפער אויף די פריערדיגע ארטיקעל פון פייוויש בן גוריון

א צייט צו טאן צו די זאך
פֿון בן זומא

מיין חשוב’ער קאלעגע פייוויש בן-גוריון האט אין זיין לעצטן קאלום (“א צייט צו בויען”, פאברואר 28) אנגעוויזן, אז ס’זענען שוין רייף געווארן די צייט און אומשטענדן פאר די מענטשן וואס זוכן א שינוי, א בעסער לעבן, אין די ראמען פון אידישקייט און חסידישקייט, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און טאן צו דער זאך. בן-גוריון באטראכט די סיבות, וואס פירן גבירים צו עפענען זיך די טייסטערס לטובת כל’ערליי צוועקן און קאמפיינס – צניעות, אינטערנעט אא”וו – און פרעגט, פארוואס מען זעט נישט דאס זעלבע ביי “אונזערע מענטשן”, די וואס ווילן בלייבן חרדישע אידן און נארמאלע מענטשן, זיי זאלן זיך נעמען טאן דערצו, אנשטאט זיצן און זיך באקלאגן.

בן-גוריון האט דעם רעיון שיין און עלאקוואנט ארויסגעברענגט, און ס’איז נישטא וואס צוצוגעבן, אויסער א פרומען “אמן – לו יהי’ כדבריך.” כ’וויל אבער פארט יא עפעס צוגעבן. ווען מען הערט און רעדט און לייענט וואס מענטשן מיט אזעלכע מחשבות זאגן, באקומט זיך דער איינדרוק אז מיר זענען שטעקן געבליבן אין דעם זעלבן אופן טראכטן ווי די, פון וועמענס מהלך המחשבה מיר זוכן זיך ארויסצוזען.

מיר רעדן פון צעווארפן אדער איבערנעמען דאס עקזיסטירנדע, אדער בויען עפעס אויף אן ענליכן גרויס און פארנעם, נאר אויף אנדערע יסודות. און דא, לויט מיין מיינונג, שטעקט דער עיקר פראבלעם, דער הויפט מניעה פאר פארשריט. עס זענען שוין יעצט פאראן קלענערע מוסדות, שולן, און מענטשן יחידים וואס זענען פרייער, אפענער, און מער ארומנעמיג. יענע מוטשען זיך, קריכן, ווי מ’זאגט, אויף גראדע ווענט, צו בלייבן מיט’ן האלז העכער’ן וואסער. לאמיר זיך פאראייניגן ארום און אונטער יענע ערשטע נחשונים. די ערשטע קאנסטרוקטיווע שריט זענען שוין דורך אנדערע גענומען געווארן; לאמיר אינאיינעם פירן די זאך צו דער נעקסטער שטופע.

ווען מיר זעצן זיך אוועק פלאנירן תכלית, למעשה, טאר מען נישט שטעקן בלייבן אינעם ראם, וועלכן מיר ווילן צעברייטערן אדער זיך ארויסזען. אונזער טראכטן דארף זיין ברייטער ווי די, פון וועלכן מיר ווילן זיך ארויסזען, ווייל אנדערש וועלן מיר טאקע נישט באווייזן אויפצוקומען מיט א ממשות’דיגער לעזונג. ברייטער מיינט נישט אייביג גרעסער. מען דארף האלטן פאר די אויגן וואס מען וויל, און דערנאך געפינען א מהלך וויאזוי אהין אנצוקומען.

רעוואלוציעס געשעען נישט אזוי גרינג און שנעל. אזוי לאנג ווי ווען שינוי וועט ביי אונז זיין סינאנים מיט רעוואלוציע, וועלן מיר קיין סך פארשריט נישט מאכן. אנשטאט איבערקערן די קהילה מיט’ן קאפ אראפ און די פיס ארויף (וואס וועט במילא נישט געשען אזוי שנעל), ליבערשט לאמיר זען וואס מען קען יא בויען, העלפן, בעסער מאכן מיט די זאכן און אומשטענדן וואס מיר האבן יא.

עס זענען פאראן מוסדות און מענטשן וואס טראכטן און טוען אויף א פארנעם און מהלך וואס דערהייבט אנדערשקייטן און ווי די נארמעס זענען נאענטער צום שכל, מציאות, און אפילו תורה. לאמיר זיך נעמען שטיצן יענע; לאמיר זיך אריינריקן דארט און אנהייבן א לעבן אויפסניי. לייגט אריין די קינדער אין אזעלכע מוסדות, וואס ווערן געפירט דורך שכל און וואו ישרות און חינוך דאמינירט דעם מהלך אנשטאט קליינקעפיגקייט און תאוות השררה. עס זענען טאקע נישטא קיין סך, אבער אזעלכע זענען זיכער און קלאר פאראן. די וואס וואוינען אין די געגנטן וואו עס זענען אזעלכע מוסדות פאראן, זאלן אהינלייגן די קינדער, אנשטאט בלייבן זיצן וואו מען איז נישט צופרידן און זיך אויסגעבן אויפ’ן אינטערנעט. די וואס וואוינען אין ערטער וואו אזעלכע מוסדות זענען נישט בנמצא, זאלן זיי כאטש פרובירן שטיצן. נוצט דעם אינטערנעט און די אינטערנעט זייטלעך וואו עס דרייען זיך מענטשן וואס טראכטן און רעדן אזוי, ארויסצוהייבן דעם שבח פון יענע מוסדות.

עס זענען אויך פאראן מענטשן, סתם מענטשן, עסקנים, און אפילו אויבנאן-אידן, וואס טראכטן ברייטער ווי אנדערע. זיי קענען נישט רעדן און טאן, ווייל זיי זענען דאך באגרעניצט פון מענטשן און אומשטענדן גענוי, אויב נישט מער, ווי מיר אלע. לאמיר אויסזוכן די דאזיגע יחידים און זיי לאזן וויסן אז מיר שטייען הינטער זיי. זאגט זיי אדער שרייבט וועגן זיי א גוט ווארט. העלפט זיי, שטיצט זיי, שמייכלט צו זיי, אידענטיפיצירט זיך מיט זיי – בגלוי, אויב מעגליך.

אויב שרייבט איר אויף “קאווע שטיבל” אדער אנדערע אזעלכע ערטער, דערציילט דער וועלט וועגן די דאזיגע מוסדות; רעדט וועגן גוטע, קאנסטרוקטיווע מענטשן און זייערע געדאנקען; העלפט טראכטן און אויפקומען מיט אופנים וויאזוי צו העלפן די וואס טוען יא. שיקט א דאלאר פאר פרייע, אפענע מוסדות – אפילו בלויז פאר’ן צוועק פון מאכן א סטעיטמענט, אויב קענט איר נישט טאן עפעס ממשות’דיג למעשה’דיג.

אויב זענט איר יא פון די, וואס זענען אזוי אנגע’ברוגז’ט אז ס’קומט אייך שווער אן צו בויען און שטיצן, נוצט כאטש די צעשטערערישע כוחות צו צעבלאזן די משונה’דיגע, אומ’שכל’דיגע נארמעס פון אונזער געזעלשאפט, ווי דעם הויכן לעבנס-סטאנדארט, דעם פחד פאר אנדערע מענטשן, די אומ’שכל’דיגע פארמאליטעטן וואס דערשטיקן יעדן ריר אויף טריט און שריט.

די נקודה איז, אז אויב מיר וועלן פארקירעווען דעם פאקוס און ענערגיע אין דער ריכטונג פון בויען און אויפטאן, וועלן מיר זיכער א סך ווייטער אנקומען. כ’גלייב, אז ביז א קורצער צייט מיט אזא גאנג וועלן זיך דערקענען ממשות’דיגע שינויים לטובה.
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך אליבא דאמת » מיטוואך אפריל 30, 2014 8:02 pm

אין מאנסי עפענט זיך א נייע מיידעל שולע
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140430-WA0093.jpg
IMG-20140430-WA0093.jpg (64.44 KiB) געזען געווארן 490 מאל
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Daum [Bot] און איין גאסט